![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אַ רעגירונג פֿון פּלוידערער
אורי משׂגב - "ידיעות אחרונות" 5.01.2010
װען ס'איז אויפֿגעקומען די רעגירונג פֿון נתניהו, די סאָמע אָנגעבלאָזנסטע אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה, איז אויסגעאיבט געװארן אַ קריטיק איבער דער סקאַנדאַליעזער צאָל פֿון אירע מיט־ גלידער. די טענות האָבן זיך קאָנצענטרירט אויף דער פֿאַרשװענדערישקייט פֿון געזעלשאַפֿטלעכע־ געלטער, אויף דעם מוסטער פֿאַרן ציבּור, אויף דער פֿאַרגוֹלמטקײט און דעם ריח פֿון פּאָליטישער קאָרופּציע. איצט װײַזט זיך אַרויס, אַז עס האָט זיך באַהאַלטן הינטער דעם אַ סך אַ גרעסערע סכּנה. זײ זײַנען פּשוט נישט מסוגל צו פֿאַרמאַכן אויף קײן רגע דאָס מויל, די דאָזיקע מיניסטאָרן און װיצע־מיניסטאָרן. זײ זיצן זיך אין אַ רעגירונג אָן יוסי פּלד װערט אינטערװיִואירט אין באר־שבֿע און איז זיך מתחײבֿ צו אַ נײַער מלחמה אויפֿן צפֿון נאָך אין איצטיקן יאָר. דניאל הערשקאַװיץ באַרימט זיך אויף דער זיצונג פֿון דער רעגירונג מיט די אויפֿ־ טוען פֿון דעם "מוסַד". אהוד בּרק פּראָקלאַמירט פֿאַר הויכע אַפֿיצירן אַז דער שטילשטאַנד אין אויף װיפֿל איך װײס, איז נישט פֿאַראַן אויף דער גאָרער װעלט נאָך אַ רעגירונג, אין װעלכער איטלעכער מיטגליד דערלויבט זיך אַרויסצוזאָגן זײַן דעה װעגן פּאָליטישע און זיכערהײטלעכע ענינים. נאָר אין ישׂראל איז יעדער װיצע־מיניסטער פֿאַר די ענינים פֿון גאָרנישט אַ פּאָטענציעלער סטראַטעגישער מומחה. װי עס װאָלט זיך אַװעק־ געזעצט אַ פֿאַרריסענע חבֿרותא אין האַרץ פֿון דעם צום מערסטן אַנגעגליטן װינקל אויף דער װעלט, און אירע מיטגלידער קאָנקורירן צװישן זיך װער פֿון זײ עס װעט װאַגן צו האַלטן אַן אָנגעצונדן שװעבעלע װי צום נאָענטסטן צום אויפֿרײַס־קנויט. מ'קען פּלאַצן. זײ זײַנען נוגע די פֿילבאַרסטע ענינים פֿון לעבן און טויט, שלום און מלחמה, אָבער די אחריות און דער שיקול הדעת זײַנען פֿון זײ העט װײַט. בלויז אין דיבּורים זײַנען זײ שטאַרק. װען אונדזערע שכנים װאָלטן געװוּסט װי פּוסט זײ זײַנען פֿון אינהאַלט, װאָלטן זײ װײניקסטנס דערמיט זיך נישט איבערגענומען. צום גרויסן באַדויער, זאָגן זײ זיך אָפּ פֿון נישט צו נעמען ערנסט די װאָס פּרעטענדירן צו רײדן אין נאָמען פֿון דער רעגירונג פֿון ישׂראל. עס זעט אויס, אַז עס האָט נישט קײן זין צו ציטירן פֿאַר די דאָזיקע שטרויענע העלדן די אומשטערבלעכע עצה פֿון טעאָדאָר רוזװעלט: "זאָלסט רעדן װײך און טראָגן מיט זיך אַ גרויסן שטעקן". עס איז אפֿשר בילכער בלויז צו דערמאָנען דעם אַלטן זאַץ פֿון דעם צה"לשן שטײגער: װען עס מערן זיך בּעת אַ מאַנעװער אָדער אַן אַקציע די איבעריקע פּלאַפּלערײַען אין די פֿאַרבינדונגס־מכשי־ רים, פֿלעגט דער פֿאַראַנטװאָרטלעכער קאָמאַנדיר אורי משׂגב "ידיעות אחרונות" 5.01.2010
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען