![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
מיר װעלן נאָך בענקען נאָך אָסלאָ
(ליבערמאַן: מיר האָבן געװאַרט 16 יאָר – מיר קענען װאַרטן נאָך 16 יאָר... – ל"פֿ).
דעם 13־טן סעפּטעמבער פֿון יענעם יאָר איז געװאָרן 16 יאָר נאָכן אונטערשרײַבן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ - דעם פּרינציפּן־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער. בלויז אַ קורצע דערמאָנונג פֿון דעם זאַץ פֿון פֿינף װערטער: מיר װעלן נאָך בענקען נאָך אָסלאָ. און װער װעט בענקען מער פֿון אַלע? די מענטשן פֿון רעכטס, די קאָלאָניסטן, די װאָס האָבן אויפֿגעהויבן אַ ביטערן געשרײ מיט 16 יאָר צוריק און פֿון זײערע ראַנדן איז אַרויסגעקומען דער מערדער פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער. דאָס עם־הארצות און היצקעפּיקייט־ װאָס באַגלײט ביז הײַנט אַ טײל פֿון די רײד און אויפֿפֿירונג פֿון די קעגנערס פֿון אָסלאָ דעמאָלט דרינגט אַרויס פֿון דעם טרויעריקן פֿאַקט, װאָס איז שוין דעמאָלט געװען זײער צוגאַנג: פֿאַרדרײט אונדז נישט דעם מוֹח מיט פֿאַקטן. דעם פּרײַז צאָלן - און װעלן באַצאָלן - נאָר זײ פֿריִער פֿון אַלעמען. למשל, די עװאַקואַציע פֿון עזה־פּאַס. װער פֿון די שרײַערס קעגן אָסלאָ דעמאָלט װײסט דען הײַנט, אַז אין דעם אָסלאָ־אָפּמאַך װערן בכלל נישט דערמאָנט די װערטער "פּאַלעסטינער מדינה"? קײנער האָט דעמאָלט נישט צוגעזאָגט די פּאַלעסטינער קיין זעלבשטעדיקע מדינה (כאָטש צום סוף פֿון דעם פּראָצעס װאָלט אַזאַ מסתּמא אויפֿגעקומען). נתּניהו, װעלכער האָט שוין צוגעזאָגט "צװײ מדינות פֿאַר די צװײ פֿעלקער", איז געגאַנגען אַ סך אַ סך לענגערן װעג װי יצחק ראַבין, שמעון פּרס און יוסי ביילין. אין פֿאַרגלײַך מיט נתּניהו װאָלטן ראַבין און פּרס באַטראַכט געװאָרן װי מנהיגים פֿון רעכטן לאַגער. עס איז אָנגענומען הײַנט אין ברײטע קרײַזן צו זאָגן, אַז זינט אָסלאָ "האָט זיך גאָרנישט גערירט". דאָס זײַנען פּוסטע רײד. די גאַנצע װעלט האָט זיך זינט דעמאָלט גערירט פֿונעם אָרט, אַלע פּאָליטישע באַװעגונגען, װאָס האָבן זיך העפֿטיק קעגנגע־ שטעלט דעם הסכּם מיט 16 יאָר צוריק, האָבן זיך גערוקט און גערוקט אויף לינקס, האָבן גענומען אויף זיך דעם אָפּמאַך און זײַנען געגאַנגען װײַטער פֿון אים. װוּ איז נתּניהו פֿון יענער טעראַסע אויפֿן ציִון־פּלאַץ אין ירושלים? װוּהין זײַנען דער־ גאַנגען שרון און אָלמערט (װעלכער איז אויף דער טעראַסע נישט געװען)? און װאָס איז געשען מיט מאיר שיטרית, דן מערידאָר, זאבֿ בוים און אַ סך אַנדערע? אַלע שרײַערס פֿון "גוש אמונים" און די אונטערצינדערס אויף די קרײצונגען פֿון די װעגן? זײ אַלע האָבן זיך שוין אײַנגעלעבט מיט דעם און האָבן אַדאָפּטירט דאָס ביסל פֿון אָסלאָ, חוץ איין צעדרייטער דעפּוטאַטין װאָס לויפֿט נאָך אַרום איבער די בערגלעך. דער הסכּם פֿון אָסלאָ איז געקומען אין אַ װוּנדערלעכן צוזאַמענשפּיל, װאָס מע קען בלויז בענקען נאָך אים: דאָס פֿאַלן פֿון דעם סאָװיִעטן־פֿאָרבאַנד, די מלחמה איראַן־איראַק, די שװאַכקייט פֿון סיריע װעלכע האָט פֿאַרלוירן איר סטראַטעגישן אָנשפּאַר, די אָפּגעשװאַכטקייט פֿון פּל"אָ, די פּרעצעדענטלאָזע אונטערשטיצונג װאָס ישׂראל האָט באַקומען פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע און פֿון פּרעז' קלינטאָן, און אפֿשר דער עיקר - אַ פּרעמיער און אַ רעגירונג, װאָס האָבן זיך פֿאַרפֿליכטעט פֿאַרן שלום פֿון איר ערשטן טאָג אָן. יענער באַשפּיגענער און באַשמוצטער הסכּם האָט געברענגט פֿאַר יש ראל די אָנערקענונג פֿון צענדליקער מדינות; צום קומען קיין ישׂראל פֿון מער װי 200 אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿטן װאָס האָבן פֿריער זיך געהאַט אָפּגעזאָגט צו קומען אַהער; צום עפענען זיבן ישראלדיקע דיפּלאָמאַטישע פֿאָרשטייערשאַפֿטן אין זיבן אַראַבישע לענדער; צו אַן עקאָנאָמישן װוּקס, װאָס אַזאַ איז נישט געװען ביז דעמאָלט זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה (7.6%); צו אַ דראַמאַטישער ירידה פֿון דער אַרבעט־ לאָזיקייט פֿון 11 אויף 5.6%; צו װיזיטן פֿון אַ יש ראלדיקן פּרעמיער, צום ערשטן מאָל זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, אין לענדער, װאָס האָבן נישט דערמעגלעכט אַזעלכע װיזיטן אין משך פֿון צענדליקער יאָרן (למשל אין אינדאָנעזיע) ; צום פֿאַרטאָפּלען דעם בילדונגס־בודזשעט צום ערשטן און לעצטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה; צום אויס־ פֿלאַסטערן אַ פֿאָרצװײַגטע נעץ פֿון שאָסייען ; צום אויסבויען דעם ריזיקן פֿלי־װאָגזאַל נתב"ג 2000, צום פֿלאַסטערן דעם שאָסײ נומ' 6; װי אויך - דעם שלום מיט יאָרדאַניע. באמת, װאָס נאָך קאָן מען פֿאַרלאַנגען פֿון אונדז אין בלויזע דרײַ מיט אַ האַלב יאָר? די שװערע און שמוציקע מלחמה קעגן דעם הסכּם האָט דעמאָלט באַגלײט אַ קאַמפּאַניע פֿון שקרים און פֿון דיסאינפֿאָרמאַציע, װאָס איז געװאָרן אײַנגעפֿלאַנצט אין אין די מוֹחות פֿון אַ סך ישׂראלים, אײַנשליסלעך די פֿון לינקס: אַז מדינת ישׂראל האָט געגעבן די פּאַלעסטינער געװער פֿון די מאַגאַזינען פֿון צה"ל (דער אמת? אַפֿילו נישט קיין איינציקע ביקס!!), אַז דער הסכּם איז ראַטיפֿיצירט געװאָרן אין דער כּנסת מיט אַן ענגער מערהײט פֿון צװײ דעפּוטאַטן (דער אמת: דער אָפּמאַך איז געװאָרן אָנגענומען מיט אַ מערהײט פֿון 11 דעפּוטאַטן). און נאָך האָבן זיי געטענהט, אַז פֿערציק טויזנט פּאַלעסטינער זײַנען געקומען פֿון אויסלאַנד אויף די טעריטאָריעס און האָבן זיך באַטייליקט אינעם טעראָר. לויט מײַן בעסטן װיסן האָבן זיך אײַנגעשלאָסן אין דעם טעראַר אַרום 200 פּאַלעסטינער פֿונעם "גלות", און אויך דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, צו פֿיל. אין פֿאַרגלײַך צו דעם װאָס עס קומט פֿאָר הײַנט אין דעם פּאָליטישן פּראָצעס, מיט דעם װאָס עס דערװאַרט אונדז אויף דעם דאָזיקן יסורים־װעג, בין איך כּמעט װי איבערצײַגט, אַז אונטער אַזאַ אָסלאָ־הסכּם פון מיט 16 יאָר צוריק װאָלטן הײַנט מיט גרויס חשק אונטערגעשריבן נתּניהו, שרון און אַ סך אַנדערע "גיבּוֹרים פֿון יענער טאַראַסע אויפֿן ציון־פּלאַץ, דעם "כּיכּר ציון". איתן האַבער "ידיעות אחרונות" - 13.09.2009
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען