![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
מדינת ישׂראל איז דאָרט נישט געװען
מיט אייניקע חדשים צוריק האָט פּוילן אָפּגע־ געבן דעם העכסטן כּבֿוד ד"ר מאַרעק עדעלמאַנען, דעם יידישן העלד פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. די העכסטע אָנפֿירערס פֿון דער פּוילישער רעגירונג, מיטן מדינה־פּרעזידענט בראש, האָבן זיך באַטייליקט אין זײַן לוויה, געהאַלטן רעדעס, אַ מיליטערישע איינהייט האָט אים סאַלוטירט מיט דרײַ ערן־סאַלװעס אויפן װאַרשעװער ייִדישן בית־עוֹלם אד"ל. ווײַל מאַרעק עדעלמאַן האָט פֿאַרשאַפֿט כּבֿוד סײַ דעם ייִדישן פֿאָלק און סײַ דער פּוילישער מדינה. דער דיכטער אַבֿרהם סוצקעװער איז מיט בערך 25 יאָר צוריק געװאָרן באַלוינט מיטן " פּרס ישׂראל", װאָס איז די העכסטע אויסצייכענונג אין מדינת־ישׂראל - װײַל ער האָט מיט זײַן שאַפֿערישן טאַלאַנט פֿאַרשאַפֿט כּבֿוד דעם ייִדישן פֿאָלק און דער מדינה. די 62־יאַריקע מדינה הײבט שוין אָן, זעט אויס, צו פֿאַרלירן דעם זיכּרון: זי געדענקט טאַקע די געשיכטע פֿון פֿאַר און איבער צװיי טויזנט יאָר, און פֿאַרגעסט צו אָפֿט דעם נאָענטן עבֿר. און גאָר באַזונדערס װאָס שייך ייִדיש. אַזוי האָט זי פֿאַרגעסן אָפּצוגעבן דעם לעצטן כּבֿוד דעם גרעסטן פֿון אונדזערע פּאָעטן און געמאַכט זיך נישט װיסן פֿון איר חוֹבֿ פֿון באַערן אים מיט איר אָפֿיציעלער באַטײליקונג - כאָטש מיט אַ קראַנץ אויף זײַן קבֿר, שוין אָפּגע רעדט פֿון אײַנאָרדענען אים אַ מלוכישע לװיה. אויף דער לװיה פֿװן אַבֿרהם סוצקעװע איז מדינת־ישׂראל נישט געװען. אַפֿילו נישט קיין פֿאַרשטייער פֿון די העברעיִשע שרײַבער. עס האָט זיך אין איר באַטײליקט און מספּיד געװען דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ליטע. דער אויסערן־ מיניסטער פֿון פֿראַנקרײַך האָט אין אַ ספּעציעלער נאָטע אויסגעדריקט מיטגעפֿיל דער רעגירונג פֿון ישׂראל. זי האָט זיך אָבער אין דעם נישט גענויטיקט. זי האָט דאָך נישט קײן געפֿיל פֿאַר אַזאַ מיטבאַטייליקונג... זי האָט אַפֿילו קיין נעקראָלאָג אין די צײַטונגען נישט פֿאַרעפֿנט־ לעכט, װי זי פֿירט זיך געװײנלעך לגבּי אַנדערע אנשי־ציבּור.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען