![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
דער פּאָליטישער ספּעקטאַקל אין באָסטאָן
מ – ס / ניו־יאָרק
"ס'װעט זײַן אַנדערש!" - האָט דער קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ צוגעזאָגט זײַנע װײלער בּעת ער האָט געפֿירט זײַן װ אַל־קאַמפּאַניע. ס'האָט געהײסן, אַז "זײַן װאַשינגטאָן" װעט זײַן אַן אַנדערער, פֿרישע װינטן װעלן נעמען בלאָזן אין די קאָלואַרן פֿון דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. מיט דעם צוזאָג האָט ער געװוּנען די הערצער און די שטימען פֿון די אַמערי־ קאַנער, באַזונדערס די יוגנט - און צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע איז אַ שװאַרצהויטיקער פּאָליטיקער אויסגעװײלט געװאָרן צו װערן פּרעזידענט פֿון די פֿאַר־ אײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. און דאַן איז געקומען די װירקלעכקייט - און דער פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין די געװײנלעכע װאַשינגטאָנער פּאָליטישע לאַבירינטן. צום ערשט איז געקומען דער באַנק־צוזאַמענברוך. כאָטש די רעפּובליקאַנער האָבן, װי געװײנטלעך, געשריגן, אַז ער פֿירט דאָס לאַנד צו באַנקראָט און אַז ער פֿירט אײן "סאָציאַליזם אויף װאָלסטריט", האָט אָבאַמאַ אַרויסגעהאָלפֿן מיט ביליאָנען דאָלאַרן און האָט נישט נאָר געראַטעװעט די אַמעריקאַנער פֿינאַנצ־ יעלע אינסטיטוציעס, נאָר מסתמא אויך געהאָלפֿן פֿאַרמײדן אַ טיפֿן עקאָנאָמישן קריזיס אויף גאָר דער װעלט. אָבער װי ס'פֿירט זיך אין װאַשנגטאָן, האָט ער נישט אָנגעמערקט קײן קאָנטראָל איבער די געלטער - און ס'איז נישט געװאָרן "אַנדערש", נאָר אַזוי װי פֿריִער: די באַנק־מאַגנאַטן האָבן געמאַכט געלט, און די קלײנע קראָם־אײגנטימערס האָבן נישט געקענט קריגן קײן קרעדיט פֿון די "אָפּגעראַטעװעטע" בענק, כּדי אויפֿצו־ האַלטן זײערע אונטערנעמונגען - און די אַרבעטסלאָזי־ קייט װאַקסט װידער װי ביז איצט... שפּעטער איז געקומען די דעבאַטע װעגן דער געזונטהײט־פֿאַרזיכערונג פֿאַר אַמעריקע. דאָס איז װידער געװען װײַט פֿון צו זײַן "אַנדערש". װי עס פֿלעגט זיך שטענדיק פֿירן אין קאָנגרעס, און באַזונדערס אין סענאַט, האָט זיך אָנגעהויבן אַ דינגעניש צו פֿאַרזיכערן די 60 שטימען, װאָס די דעמאָקראַטן האָבן געמוזט האָבן כּדי אַדורכצופֿירן זײער געזונט־ געזעצגעבונג. האָט אָבאַמאַ צוגענומען די פֿרויען־רעכט פֿון דעם פּראָיעקט, שפּעטער צוריקגעצויגן אַ רעירונגס־אינסטאַנץ, װעלכע װאָלט געצוימט די אַסעקוראַציע־געזעלשאַפֿטן און צוגענומען דאָס רעכט אויף מעדיצינישער הילף פֿאַר די מיליאָנען אומלעגאַלע מעקסיקאַנער און דרום־אַמעריקאַנער אַרבעטער מיט זײערע לעגאַלע קינדער - װײַל לויט די אַמעריקאַנער געזעצן איז אַ קינד װאָס װערט געבוירן אין אַמעריקע אויטאָמאַטיש אַן אַמעריקאַנער בירגער. דער ליבעראַלער פֿליגל פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטײ איז געװאָרן אַנטוישט אין "זײער" פּרעזידענט און אין זײַן "אַנדערשקײט", און דאָס איז געװען אײנע פֿון די סיבּות, װאָס האָבן דערפֿירט צו דעם פּאָליטישן ספּעקטאַקל אין באָסטאָן. אפֿשר איז דאָס זײַן ערשטער אַקט. מעסאַטשוסעטס איז אפֿשר דער סאַמע ליבעראַלסטער און פּראָגרעסיװער שטאַט אין אַמעריקע, איינער פֿון די געצײלטע װאָס דערלויבן האָמאָסעקסועלע פּאָרלעך חתונה צו האָבן, אַ שטאַט װאָס האָט זײַן אייגענעם געזונט־פֿאַרזיכערונג־סיסטעם פֿאַר זײַנע אײַנװוינער און װאָס האָט געשיקט אין סענאַט דעם "ליבעראַלן לײב פֿון סענאַט", טעד קענעדי, פֿאַר די לעצטע 47 יאָר. װען טעד קענעדי איז געשטאָרבן, האָבן די דעמאָקראַטן זיך ניט שטאַרק געזאָרגט װעגן די צוגאָבװאַלן אויסצוװײלן זײַן נאָכפֿאָלגער אין סענאַט. ס'איז קײנעם נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַ רעפּובליקאַנער קען איבערנעמען זײַן בענקל און שטעלן אין איז געװאָרן אַ מהומה, און די דעמאָקראַטישע מנהיגים, קלינטאָן, אָבאַמאַ, קערי - זײַנען געפֿאָרן קײן באָסטאָן און געהאַלטן דאָרט פֿײַערדיקע רעדעס. די ליבעראַלע דעמאָקראַטן זײַנען אָבער געװען ברוֹגז אויף אָבאַמאַס "פֿאַרראַט" פֿוּן זײַן ליבעראַלער אידעאָלאָגיע און די "אומאָפּהענגיקע", ד"ה די װײלער, װאָס האָבן זיך נישט רעגיסטרירט אין קײן שום פּאַרטײ און באַטרעפֿן 30% פֿון אַלע װײלערס אינעם שטאַט, האָבן זיך אַרומגעזען, אַז עס איז גאָרנישט "אַנדערש” און װאָס איז שײַך דער מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג - האָבן זײ אַן אײגענעם סיסטעם און זײ דאַרפֿן נישט איז װאָס לערנט אונדז די באָסטאָנער פּאָליטישע שפּיל? "דאָס פֿאָלק" האָט אַ סאָציאַלן חוש און אַ "פּאָליטישן באַװוּסטזײַן", אַזוי אַז װען פּאָליטיקער פֿאַרקויפֿן זײערע אידעאַלן פאַר פּאָליטישע מאַכי־ מאַציעס, פֿאַרלירן זײ דעם צוטרוי פֿון די װײלער... די פֿראַנצויזן האָבן אַ שפּריכװאָרט: "װאָס מער עס ענדערט זיך, אַלץ מער בלײַבט עס דאָס זעלבע...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען