![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
דער אַלטער בען
דער "ביג בען", דער סימבאָל פֿון לאָנדאָן, איז דעם 11־טן יולי אַלט געװאָרן 150 יאָר. דער זייגער־ טורעם איז העבער פֿון דעם פּאַלאַמענט־בנין און זײַנע קלאַנגען פֿארהילכן די שטאָט ביז װײַט. פֿאַקטיש איז ער "געבוירן געװאָרן" דעם 31־סטן מײַ 1859, אָבער דער אָפֿיִציעלער געבורטס־טאָג איז געװאָרן באַשטימט אויף דעם 11־טן יולי, װען זײַנע גלאָקן האָבן אָנגעהויבן צו קלינגען. הײַנטיקס יאָר איז דער זייגער־טורעם געװאָרן פֿײַערלעך באַלויכטן אין זײַן גאַנצער הײך פֿון זײַנע 96 מעטער, און 10 אזייגער בײַנאַכט האָט אויפֿגעלויכטן אויף אַלע זײַנע פֿיר זײַטן די אויפֿשריפֿט (אויף ענגליש, פֿאַרשטייט זיך): "מזל־טוב, בען. 1859 - 2009". דער נאָמען "בען", װאָס איז אויסגעקריצט אויפֿן װעלט־באַרימטן גלאָק, איז אים געגעבן געװאָרן אויפֿן נאָמען פֿון דעם ערשטן ממונה איבער די עפֿנטלעכע געביידעס אין ענגלאַנד, סער בענדזשאַמין האָלל. פֿון צײַט צו צײַט פֿאַרשטרײַקט דער גרויסער בען און זאָגט זיך אָפּ פֿון גײן - אָבער נישט צוליב װעלכן עס איז קאַפּריז, נאָר צוליב דעם שאָדן, װעלכן עס זענען אים גוֹרם דער קלימאַט און די פֿײגל. דער ערשטער גלאָק האָט זיך געשפּאָלטן און האָט פֿיר יאָר, ביז 1863, געשװיגן. װען מ'האָט אים געטוישט - ער װעגט 13.7 טאָן - קלינגט ער פֿיר מאָל יעדע פֿערטל שעה, און יעדע גאַנצע שעה - 16 מאָל פּלוס די צאָל פֿון דער געגעבענער שעה און זײַנע אָפּקלאַנ־ גען צעטראָגן זיך איבער דער ענגלישער הויפּט־ שטאָט. דער בלויזער זײגער־מעכאַניזם װעגט 5 טאָן און ער װערט אָנגעצויגן דרײַ מאָל אַ װאָך. דער דיאַמעטער פֿון דעם זייגער האָט 7 מעטער די לענג און דער מינוטן־װײַזער, װעלכער איז 4 מעטער לאַנג, מאַכט אַדורך אין יאָר אַ מהלך פֿון 200 קילאָמטער.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען