![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אַ מוסולמענישע מדינה מיט אַ װעלטלעכן סטאַטוס
אינדאַנעזיע, הײַנט די גרעסטע מוסולמענישע מדינה, איז ביז 1949 געװען אַ האָלענדישע קאָלאָניע. 88% פֿון אירע 230 מיליאָן אײַנװױנער זײַנען מוסול־ מענער, אָבער 71% פֿון זײ האָבן זיך דעקלאַרירט װי טראַדיציאָנעלע און האָבן זיך אַרויסגעזאָגט פֿאַר אָפּשײדן די רעליגיע פֿון דער מדינה. אין דזשאַקאַרטאַ, די הויפּטשטאָט פֿון אינדאָנעזיע, דאַװנען מענער און פֿרויען צוזאַמען. דאָס איז נישט, װי מ'קען מײנען, אין אַ ייִדישער רעפֿאָרם־שול, נאַר אין דעם גרויסן מעטשעט "איל איסטיקלאַל", דעם "פֿרײַהײט־טעמפּל" אין דער גרעסטער מדינה פֿון איסלאַמישן גלויבן. מענער און פֿרויען דאַװנען דאָרט אין באַזונדערע טײלן פֿון דעם זעלבן תּפֿילה־ זאַל אָבער אָן אַ מחיצה צװישן זײ. אין מיטן דער װאָך קאָן מען אויך זען דאַװנענדיקע פֿרויען און מענער אײנער נעבן דעם אַנדערן. אין אינדאַנעזיע איז דער איסלאַם אָנגענומען געװאָרן מחמת אירע האַנדלס־אינטערעסן, און נישט מיט כוֹח, װי אין אַלע אַנדערע לענדער. די אינדאָנע־ זישע אינטעליגענץ פּרובירט געפֿינען אַ געמײנזאַמען פֿאַקטאָר צװישן די אַלטע אינדאָנעזישע טראַדיציעס פֿון מעסיקייט און אַנדערשקייט צװישן מענטשן און אידעאָלאָגיעס. דעריבער קאָן מען זען אויף די װעגן פֿרויען אין טראַדיציאָנעלן שװאַרצן פֿרויען־בגד, דעם "כידזשאַב", װי מאָטאָציקליסטינס, און אויך װי פֿרויען נעמען אַרום דעם מאָטאָציקליסט,זיצנדיק הינטער אים... אונטער דער השפּעה פֿון די אויסער־פּאַרלאַמענטאַרישע איסלאַמישע גרופּירונגען, איז אין די װײַטע געגנטן פֿון לאַנד אָנגענומען געװאָרן דער איסלאַמישער "שאַריאַ"־געזעץ, װאָס דערלויבט פּאָליגאַמיע, צװינגט צניעותדיקע קלײדונג פֿאַר פֿרויען און פֿאַרװערט זיי אַרויסצוגיין בײַנאַכט פֿון שטוב אד"גל, פֿאַר װאָס זײ װערן באַשטראָפֿט מיט אָפּגאָלן די האָר און מיט שמיײַסן זײ פֿאַר טרינקען אַלקאָהאָל. דאָרט זײַנען אויך אויפֿגעקומען, װי אין איראַן, איסלאַמישע מילי־ ציעס, װאָס װענדן אָן גװאַלט קעגן די נישט־איסלאַ־ מישע מינדערהייטן. אָבער די רעגירונג אין דזשאַקאַרטאַ פֿירט קעגן זײ אַ העפֿטיקן קאַמף, כאָטש ביז איצט אָן הצלחה. אין די לעצטנס פֿאָרגעקומענע װאַלן האָבן מנצח געװען די נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטײען. זײ האָבן זיך אָבער פֿאַרפֿליכטעט אָפּצוהיטן די טאָלעראַנץ און דעם פּלוראַליסטישן כאַראַקטער פֿון דער מדינה. אָבער גראָד איצט האָט זיך פֿאַרשטאַרקט דער פֿונדאַמענטאַליסטישער טעראָר.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען