![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אברהם סוצקעװער – אונדזער "פּאָעט פון דעם יאָרהונדערט"
העטהער וואַלענסיאַ / סטירלינג (שאָטלאַנד)
(ספּעציעל פאַר "לעבנס-פראַגן") ד"ר העטהער וואַלענסיאַ,, אַ פֿאָרשערין און לעקטאָר אין סטירלינג־ אוניװערסיטעט אין שאָטלאַנד, איז אַ מומחה אין די כּתובים פֿון אַבֿרהם סוצקעװער. מיר ברענגען דאָ אַ פֿראַגמענט פֿון אירס אַן אַרטיקל, װאָס איז דערשינען בײַ אונדז אין "לעבנס־פֿראַגן" (יולי־אויגוסט 2003) װעגן דעם גרויסן דיכטער, דערצײלער, עסעיִסט און רעדאַקטאָר צו זײַן 90־סטן געבוירנטאָג, װאָס איז אויסגעפֿאַלן דעם 15טן יולי פֿון יענעם יאָר. ...סוצקעווערס שאַפֿן נעמט אַרום כּמעט דרײַ פֿערטל פון דעם יאָרהונדערט: זײַן ערשטע זאַמלונג פון פּאָעזיע ("לידער") איז אַרויס אין יאָר 1937, און ער האָט װײַטער געשריבן ביז ניט לאַנג צוריק. אַזויאַרום איז ער אַ דיכטער פון דעם יאָרהונדערט, אין װעלכן עס האָט זיך פֿאַרװאַנדלט אויף אייביק דאָס ײַדישע לעבן. ער איז אַ דיכטער פֿון חורבּן, אָבער ער איז אויך װײַט מער װי דאָס. זײַן װערק שאַפֿט אַ בריק צװישן דער פֿאַר־מלחמהדיקער און דער נאָכמלחמהדיקער װעלט: ער איז דער יוֹרש פֿון דעם אויפֿבלי פֿון דער מאָדער־ נער ייִדישער ליטעראַטור אין שפּעטן 19טן און פֿריִען 20סטן יאָרהונדערט. אָנגעהויבן שרײַבן האָט ער אין דער בּשלמותדיקער ייִדישער װעלט פון ליטע, װוּ יונגע ייִדישע שרײַבער האָבן זיך אינטענסיװ פֿאַרנומען מיט דער מאָדערנער אייראָפּעיִ־ שער ליטעראַטור: אויף סוצקעװערן האָט סײַ די פּוילישע פּאָעזיע און סײַ די מאָדערנע מערב־ אײראָפּעיִשע דיכטונג געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה. נאָך דעם חורבּן האָט ער באַװיזן צו אַנטװיקלען אַ נײַע פּאָעטישע אידענטיטעט, דערלעבן אַ דיכטערישן תּחית המתים אין דעם "װוּלקאַנישן לאַנד אין חבלי לידה"- ארץ ישראל. סוצקעװערס לאַנג לעבן איז אַדורך שטורעמדיק און פֿול מיט דראַמאַטישע איבערלעבונגען; נאָך זײַנע פֿריִע קונדער־יאָרן אין סיביר, און נאָך דער גליקלעכער צײַט פֿון זײַן אויפֿװאַקסן אין װילנע איז ער, װי אַזוי פֿיל אַנדערע אין דער תקופֿה, פֿאַרפּלאָנטערט געװאָרן אין די שרעקלעכע פּאַסירונגען פֿון די פֿערציקער יאָרן. ער האָט געליטן און געקעמפֿט אין װילנער געטאָ און אין די װעלדער בײַ די פּאַרטיזאַנער. ער איז געװען אַן עדות בײַם נירנבערגער טריבונאַל, און צום סוף איז ער מיט זײַן פֿרוי און טאָכטער אָנגע־ קומען קײן ישראל. סיביר, װילנע און ארץ־ישראל - אָט די דרײַ ערטער זענען װיכטיקע סימבאָלן אין זײַן פּאָעזיע. סוצקעװער איז אָבער אַ סך אַרומגעפֿאָרן איבער דער װעלט, און נאָך צװײ אַנדערע לענדער האָבן אינספּירירט זײַן דיכטערישע פֿאַנטאַזיע: פֿראַנקרײַך, די אַדאָפּטירטע הײם פֿון זײַן נאָענטן פֿרײַנד מאַרק שאַגאַל, װעמען סוצקעװער פֿלעגט באַזוכן יעדעס יאָר, און אַפֿריקע, דער מקור פון דער פֿאַרכאַפּנדיקער לידער־זאַמלונג "העלפֿאַנטן בײַנאַכט". פֿון אָט דעם ברויזיקן לעבן שטראָמט אַרויס סוצקעװערס אַרומנעמיק װערק. זײַן פּאָעטישע זעוּנג פֿאַרװירקלעכט זיך אין די דרײַ הויפּט־ זשאַנערס: גרויסע עפּישע פּאָעמעס אָדער לידער־ ציקלען, װי "סיביר", "געהײמשטאָט" צי "אָדע צו דער טויב", װאָס זײ אַלע שטעלן מיט זיך פֿאָר װיכטיקע קערפּונקטן אין זײַן פּאָעטישער אַנטװיקלונג. דער צװײטער זשאַנער: די אויסטערלישע דער־ צײלונגען, אין װעלכע די געשעענישן און געשטאַלטן, װאָס ער האָט באַגעגנט, דער עיקרשט בּעתן חורבּן, װערן אַפֿערגעכּישופֿט און פֿאַרװאַנדלט אויף אַ מאַגישן און פּאַראַדאָקסאַלן אוֹפֿן; דער לײענער, אָדער די לײענערין, װערט אַרײַנגעצויגן אין אַ סוֹדותדיקער װעלט, װאָס האָט אַן אינעװײניקן קינסטלערישן אמת, צו פֿאַרשטיין בלויז דורך דער אינטואיִציע. דער דריטער זשאַנער אין סוצקעװערס געניאַלער לירישער פּאָעזיע, װאָס אַנטװיקלט און פֿאַר־ װאַנדלט זיך בײַנאַנד מיט דעם לעבנסװעג פֿון דעם דיכטער. דאַכט זיך, אַז זײַן פּאָעזיע ציט איר יניקה פֿון סיביר; די סיבירער פּאָעמע שילדערט װי דאָס קינד פֿון דעמאָלט איז געװאָרן אַ דיכטער אונטער דעם רוֹשם פֿון אָט דער שנײאיקער לאַנדשאַפֿט. די פּאָעמע איז געבויט אויף אַ סך באַצײַטיקע סימבאָלן און שליסל־מאָטיװן, װאָס ציִען זיך דורך סוצקעװערס גאַנצער שאַפֿונג: די טויב, דאָס געשטאַלט פון דעם טאַטן, דער פֿידל, די זון, דער שנײ־מענטש, דער צפֿון־שטערן, מוזיק און טאַנץ. די ברויזיקע איך־צענטרירטע נאַטור־פּאָעזיע פֿון די יוגנט־יאָרן װערט אונטערגעבראָכן דורך דער מלחמה, און איצט װערט דער פּאָעט פֿון שײנקייט אין אָט דער עקסטרעמער צײַט איז אַלץ שטאַרקער געװאָרן זײַן גלויבן אינעם כּוֹח פון דעם דיכטערישן װאָרט; פֿון דעמאָלט אָן האָט ער קײנמאָל ניט אויפגעהערט פילן, אַז זײַן דיכטע־ רישע שליחות איז צו געדענקען די טויטע, און זײ אויפֿצולעבן דורך דער קראַפֿט פֿון פּאָעטישן װאָרט. אין 1962 האָט ער געשריבן: "דעם טויטס קעניגרײַך איז שוין אַצינד אַ לעגענדע. טויטע לעבן דאָרט אויף דער אַנדערער זײַט פֿון לעבן. איך שיק צו זײ דיכטערישע סיגנאַלן [...]. איך זוך בּשותפֿותדיקע װערטער, מיר זאָלן זיך פֿאַר־ שטיין און ליב האָבן" ("טאָגבוך־נאָטיצן", די גאָלדענע קייט, נר. 43 ). אָט דאָס מיסטישע געפֿיל, אַז פּאָעזיע האָט אַ תּחית־המתימדיקן כּוֹח, װערט צום סאַמען עיקר פֿון דער חריפֿותדיקער ליריק פֿון סוצקעװערס שפּעטערדיקע יאָרן. ארץ ישראל האָט פאַר סוצקעװערן סימבאָליזירט סײַ באַנײַונג, סײַ המשכדיקייט: 'װען כ'װאָלט אַצינד, נאָך מײַן עקדה, ניט מיטגעבוירן מיטן לאַנד, װוּ יעדער שטײנדל איז מײַן זײדע - געזעטיקט װאָלט מיך ניט דאָס ברױט, דאָס װאַסער ניט געשטילט מײַן גומען. ביז אויסגעגאַנגען כ'װאָלט פאַרגױ'ט, און בלויז מײַן בענקשאַפט װאָלט געקומען...' אַזוי הײסט עס אין דעם ערשטן ליד - געשריבן אין 1947 - פֿון דער זאַמלונג "אין פֿײַער־װאָגן" (1952). די לאַנדשאַפט פֿון ארץ ישראל, ייִדישער פֿאָלקלאָר און מאָטיװן פֿון תנ"ך װערן פֿון איצט אָן װיכטיקע עלעמענטן אין זײַן דיכטונג. אויך די נסיעה קיין אַפֿריקע, װאָס סוצקעװער האָט געמאַכט אין 1950, איז געװען פֿאַר דעם דיכטער אַ געװאַלדיקע איבערלעבונג, און די אויסטערלישע, עראָטישע, פּאַגאַנישע לידער, פֿול מיטן כּוֹח פֿון דער בּראשיתדיקער נאַטור, זאָגן עדות אויף דעם דיכטערס געפֿילן פֿון באַפֿרײַונג און באַנײַונג. די גרויסע לידער פֿון סוצקעװערס שפּעטערדיקן פּעריאָד, דערעיקרשט די "לידער פֿון טאָגבוך", װאָס ער האָט געשריבן אין משך פֿון העכער צען יאָרן, זענען אפֿשר זײַן געניאַלסטע און צײַטיק־ סטע דערגרײכונג. די "לידער פֿון טאָגבוך" זענען אַ מין חשבּון הנפֿש; דאָרט װערן צונויפֿגע־ פֿלאָכטן אַלע טעמעס און זוכענישן פֿון זײַן גאַנצן װערק ביז דעמאָלט, דורכגעדרונגען מיט טיף פֿאַרשליסלטער סימבאָליק; דורך זײער געשליפֿע־ נער פֿאָרעם, שפּראַכיקע דערפֿינדערישקייט און װוּנדערלעכע אימאַזשן האָט סוצקעװער געהויבן ייִדיש װי אַ שפּראַך פֿון דיכטונג צו דער העכסטער מדרגה. אָבער ניט נאָר דורך זײַן אײגענעם שאַפֿן האָט סוצקעװער זיך אויסגעצײכנט אויפֿן הילכות פֿון ייִדיש; דאָס, װאָס אין דער ייִדיש־פֿײַנטלעכער אַטמאָספֿער פֿון די נאָכמלחמהדיקע יאָרן אין ארץ ישראל איז עס אים געראָטן צו גרינדן זײַן גאָלדענע קייט, איז אײנס פֿון זײַנע גרעסטע פֿאַרדינסטן; דאָס באַשטײן פֿון דעם פֿײַנעם ליטעראַרישן און געזעלשאַפֿטלעכן זשורנאַל בּמשך פֿון כּמעט פֿופֿציק יאָר איז געװען פֿאַר זײַנע לייענער און פֿאַר דער װעלט אַ סימבאָל פֿונעם לעבן בלײַבן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אַפֿילו נאָכן חורבּן. דער זשורנאַל האָט געשאַפֿן אַ פּלאַטפֿאָרם פֿאַר ייִדישע שרײַבער פֿון דער גאָרער װעלט. די "גאָלדענע קייט" איז געװען אַ סימן פֿון דעם אָנהאַלטנדיקן המשך. עס װערט אָפט געטענהט, אַז סוצקעװער איז איינער פון די גרעסטע פּאָעטן פון 20סטן יאָרהונדערט, און איך בין אינגאַנצן מסכּים מיט אָט דעם מישפּט: ער איז אַ גרויסער ייִדישער און אײראָפּעיִשער דיכטער; ער האָט געשאַפֿן פֿאַרן ייִדישן לשון אַ נײַע פּאָעטישע רײַכקײט און טיפֿקײט; ער איז אַ דיכטער ניט בלויז פֿון געפֿילן, נאָר אויך פֿון אינטעלעקט און פֿון אַ פֿײַנעם הומאָר, ער איז אַ מאָדערנער מיסטיקער, אַ דיכטער ניט נאָר פֿון 20סטן, נײַערט אויך פֿאַר דעם 21סטן יאָרהונדערט. אָבער - װי זעט אויס די צוקונפֿט פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור בּכלל? צי װעלן דאָ זײַן לייענער? איך אַלײן בין געקומען צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור פֿון אַ ניט־ייִדישער סבֿיבֿה, און איך בין תיכּף פֿאַרכאַפּט געװען פון סוצקעװערס דיכטונג. דער פּעסימיסטישער קוק פֿון אַ חלק װיסנשאַפֿט לער אויף דעם מצב פֿון ייִדיש אין די א וניװערסיטעטן אין ישראל איז אָן אַ ספק באַרעכטיקט, אָבער פֿון דעסטװעגן זענען פֿאַראַן אויף דער גאָרער װעלט אַ סך מענטשן, ייִדן און ניט־ייִדן, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש - אין אינסטיטוציעס און פֿאַר זיך אַלײן - און סוצקעװערס פּאָעזיע װערט אַלץ מער געלײענט און געפֿאָרשט סײַ אין ייִדיש און סײַ דורך איבערזעצונגען. ער איז טאַקע אַ דיכטער פֿאַר דעם 21טסן יאָרהונדערט און נאָך װײַטער. ער אַלײן האָט פּראָקלאַמירט זײַן גלויבן אין דעם אייביקן באַשטײן פֿון זײַן דיכטונג אין איינעם פֿון די "לידער פֿון טאָגבוך": 'איך טונק אין זון מײַן זיגלרינג און שטעל אים אין דער פינצטער / צו היטן די פאַרװאַנדלונ גען. מײַן קומענדיקער יוֹרש, / דער קאָסמישער פּאָעט, זאָל קענען זוכן און געפינען, / און מײַן געבײן זאָל שמײכלען'.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען