![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אין טאָג װען אַבֿרהם סוצקעװער איז נפֿטר געװאָרן - ליד
אלכּסנדר שפּיגלבלאַט
י' בשבט התש"ע (20סטער יאַנואַר 2010) אין טאָג װען אַבֿרהם סוצקעװער איז נפֿטר געװאָרן דער טויט האָט אויף דיר קיין שליטה ניט געהאַט בעת ער האָט געבושעװעט אין װילנער געטאָ און געטשאַטעװעט נאָך דיר אין די נאַראָטשער װעלדער. דיך האָבן באַשירעמט די "פֿירקאַנטיקע אוֹתיות" און דעם טאַטנס ניגון פֿון דער "פֿידלרויז". איצט איז דער טויט געקומען װי אַ גוטער מלאך דיך אויסלײזן פֿון יין אין דער אייביקער רו. "װאָס װעט בלייבן?" דו װעסט בלייבן, אַ מוֹפֿת פֿון יידיש, פֿון יידישן ליד, אַ שיר־המעלות צװישן אייביקע שיר־המעלותן.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען