| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
װיקטאָר ערליך ×ון אַמיק ברומבערג
פֿון ניו־יאָרק און פֿון װאַשינגטאָן האָבן מיר דערהאַלטן צװײ טרויעריקע בּשׂורות: די ערשטע װעגן דעם טויט פֿון ח' װיקטאָר ערליך, דעם זון פֿון דעם מנהיג פֿון פּ וילישן "בונד" הענריק ערליך, װאָס איז געפֿאַלן אַ קרבּן פֿונעם סטאַלינישן טעראָר, און אַן אײניקל פֿון דעם באַרימטן היסטאָריקער שמעון דובנאָװ, װעלכער איז אומגעקומען אין דעם היטלערישן גיהנום פֿון חורבּן ליטע. די ידיעה װעגן דעם טויט פֿון ח' װיקטאָר ערליך האָבן מיר באַקומען אין דעם זעלבן טאָג װען מיר האָבן שוין געהאַט געשלאָסן און אָפּגעשיקט צום דרוק דעם פֿר יִ ערדיקן נומער, פֿון נאָװעמבער־ דעצעמבער 2007, אין װעלכן עס איז געװען אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל פֿון ח' מ. א ײַ זענבוד פֿון מעלבורן װעגן װיקטאָר ערליכס נ ײַ עם אויטאָביאָגראַפֿישן בוך "אַ קינד פֿון אַן אומרו יִ קן יאָרהונדערט " (אַגבֿ, אין דעם אַרטיקל איז אַר ײַ נגעפֿאַלן אַ דרוק־ פֿעלער: ז ײַ ן ברודער אַלעקסאַנדער איז געװען מיט צװײ יאָר י יִ נגער פֿון אים, און נישט מיט צען ). װיקטאָר ערליך, געב. אין 1914 אין פּעטערסבורג, איז געװען אָ פּראָמינינטער פֿאָרשער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. די צװײטע טרויעריקע בּשׂורה, די פֿון װאַשינגטאָן, װעגן דעם טויט פֿון ח' אַבֿרהם (אַמיק) ברומבערג, האָבן מיר דערהאַלטן פֿון פֿר ײַ נד מאָטל ראָזענבוש קורץ פֿאַרן שליסן דעם איצטיקן נומער פֿון אונדזער זשורנאַל. אַמיק ברומבערג איז געבוירן געװאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ אין יאָר 1926 - אין זעלבן יאָר װען עס איז אין פּוילן הינטער װאַרשע געגרינדעט געװאָרן די "מעדעם־סאַנאַ טאָריע", יענער װוּנדערלעכער געזונטהייט־ און דערצ יִ ונגס־אַנשטאַלט, אין װעלכן ז ײַ ן פֿאָטער איז דר ײַ יאָר שפּעטער, נאָכן צוריקקערן זיך קײן פּוילן, געװאָרן דער פֿאַרװאַלטער, און די מוטער אַ קראַנקן־שװעסטער, ביזן אויסבראָך פֿון דער היטלער־מלחמה. דאַן אַנטלאָפֿן קײן װילנע, פֿון דאָרט מיט אַ װיזע פֿון דעם יאַפּאַנישן אַמבסאַדאָר שוגיהאַראַ דורך מאָסקװע מיט דער טראַנס־ סיבירער באַן קיין יאַפּאַן און קומט אין 1941 - קײן אַמעריקע. שטודירט פּאָליטישע װיסנשאַפֿטן, זיך קװאַ־ ליפֿיצירט אין סאָװיעטאָלאָגיע און אַ געװיסע צײט רעדאַגירט דעם בי־מאָנאַטלעכן זשורנאַל " Problems of Komunism". אין 1997 זיך באַטײליקט אין װ אַרשע אין דער אינטערנאַציאָנאַלער היסטאָריקער־קאָנפֿערענץ געװידמעט 100 יאַר "בונד. ער איז געשטאָרבן אין שלאָף דעם 26־סטן יאַנואַר 2008.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען