| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
בנימין הרשבֿ (הרושאָװסקי) — אַװעק אין דער אײביקײט
פֿאָרווערטס ,איציק בלימאַן
אַדאַפּטירט פֿונעם נעקראָלאָג, װאָס פּראָפֿ’ חנה קראָנפֿעלד (בערקלי, קאַליפֿאָרניע) האָט אַרײַנגעשיקט אין דער „פֿאָרװערטס”־רעדאַקציע. הרשבֿ איז געװען קראָנפֿעלדס אַקאַדעמישער בעל־יועץ. זײ האָבן לעצטנס צוזאַמענגעאַרבעט אױף דער ריזיקער אַנטאָלאָגיע פֿון הרשבֿס פּאָעזיע, װאָס גײט איצט אין דרוק . פּראָפֿעסאָר בנימין הרשבֿ אין עלטער פֿון 86 יאָר איז דעם 23סטן אַפּריל ד"י געשטאָרבן אין ניו־הײװן, קאָנעטיקאָט, (פֿאר' שטאַטן) דער גדול פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע־פֿאָרשונג פּראָפֿעסאָר בנימין הרשבֿ (פֿריִער׃ הרושאָװסקי). ער איז געװען באַקאַנט װי אַ געניאַלער טעאָרעטיקער היסטאָריקער פֿון ליטעראַטור און קונסט, דער גרינדער פֿון דער „תּל־אָבֿיבֿער אַסכּולה ‟ ) פֿון ליטעראַטור־װיסנשאַפֿט און מורה־דרך פֿון דורות סטודענטן. ער האָט מײַסטערהאַפֿט איבערגעזעצט די ייִדישע און העברעיִשע פּאָעזיע אױף ענגליש (צוזאַמען מיט זײַן װײַב, באַרבאַראַ הרשבֿ); און די ייִדישע און דײַטשישע ליטעראַטור אױף העברעיִש. פּראָפֿ’ הרשבֿ איז אױך געװען אַן אױסגעצײכנטער פּאָעט; זײַנע װערק זענען אַרױס צום מערסטן טײל אונטער די פּסעװדאָנימען גבי דניאל (אױף העברעיִש) און ה. בנימין (אױף ייִדיש). ער איז אפֿשר געװען דער לעצטער גײַסטיקער יורש פֿון די פּײַטנים, די ייִדישע דיכטערס פֿון מיטל־עלטער, װען אַ פּאָעט און איבערזעצער איז ממילא אױך געװען סײַ אַ בעל־דיקדוק, סײַ אַ בעל־דיוק, אַ מײַסטער פֿון פּרעציזקײט. הרושאָװסקי איז געבױרן געװאָרן אין װילנע אין 1928. זײַן פֿאָטער, ד”ר אַבֿרהם הרושאָװסקי־אַגַסי, איז געװען אַ היסטאָריקער, װאָס האָט שפּעטער געלערנט אין אַ קאָאָפּעראַטיװער מיטלשול אין חיפֿה. זײַן מוטער, דבֿורה פֿרײדקעס־הרושאָװסקי, איז געװען אַ פֿאַרװאַלטערין פֿון דער ייִדישער גימנאַזיע א”נ פֿון סאָפֿיע גורעװיטש. אין 1941 איז די משפּחה אַנטלאָפֿן אין די אוראַלער בערג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, װוּ הרושאָװסקי האָט שטודירט מאַטעמאַטיק און פֿיזיק אין אָרענבערגער אוניװערסיטעט. נאָך דער מלחמה איז אַרױסגעגאַנגען זײַן ערשט ביכל לידער „שטױבן” (דער פּאָעט איז אַלט געװען 19 יאָר). אין 1948 איז ער אָנגעקומען קײן ישׂראל מיט דער לעצטער אומלעגאַלער שיף און איז גלײַך אַרײַן אין דער אַרמײ. אין די 1950ער איז הרושאָװסקי געװען צװישן די ערשטע מיטגלידער פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „לקראת”, װאָס איז שפּעטער געװאָרן דער „דור־המדינה”: יהודה עמיחי, נתן זך און דליה ראַװיקאָװיטש, צװישן אַנדערע. אין יאָר 1952, װען ער האָט אױסגעקלאַפּט דעם מאַניפֿעסט פֿון „לקראת”, איז ער שױן געװען אַ באַקאַנטער ייִדישער פּאָעט, װעלכן יעקבֿ גלאַטשטײן האָט געלױבט װי דעם „המשך”, װאָס די ייִדישע ליטעראַטור באַדאַרף. אַ יאָר פֿאַרן דעביוט פֿון „ לקראת” האָט ער, מיט אַבֿרהם סוצקעװערס דערמוטיקונג, געגרינדעט די ליטעראַרישע גרופּע „יונג־ישׂראל”. אין די יאָרן פֿון „לקראת” האָט ער אָנגעהױבן איבערזעצן אױף העברעיִש די לידער פֿון משה־לײב האַלפּערן, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס און יהואש, צװישן אַנדערע. אין 1967 - געשאַפֿן דעם אָפּטײל פֿון פּאָעטיק און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט, און דערנאָכדעם געאַרבעט װי דער רעדאַקטאָר פֿון די אַקאַדעמישע זשורנאַלן „הספֿרות” און /.„Poetics Today”. אין 1975 האָט ער פֿאַרלײגט דעם אינסטיטוט פֿאַר פּאָעטיק און סעמיאָטיק א”נ פֿון פּאָרטער. װי אַ רעזולטאַט פֿון זײַנע שטודיעס בײַ רענע װעלעקן אין יעיל־אוניװערסיטעט, און זײַן צוזאַמענאַרבעט מיט מאַקס און אוריאל װײַנרײַך, האָט הרושאָװסקי געשאַפֿן רעװאָלוציאָנערע טעאָריעס פֿון „װערסיפֿיקאַציע”, באַזירט אױף דער געשיכטע פֿון דער העברעיִשער און ייִדישער פּאָעזיע. ער האָט װײַטער אַנטװיקלט באַגרינדונגען פֿון דעם פּאָעטישן מעטאַפֿאָר, דעם ליטעראַרישן און קינסטלערישן מאָדערניזם, און די פֿאַרבינדונג צװישן קלאַנג און באַטײַט - טעאָריעס, װאָס האָבן שטאַרק משפּיע געװען אױף דעם הײַנטיקן צוגאַנג צום ריטעם פֿון תּנ”כישער פּאָעזיע און צום „לײענען” שאַגאַלס בילדער (יאָ, „לײענען”, װײַל לױט הרושאָװסקין האָט שאַגאַל אױסגעמאָלט ייִדישע אידיאָמען). אַדאַנק זײַנע ביכער און אַנטאָלאָגיעס האָבן די ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטורן, איבערגעזעצט און אױסגעטײַטשט אויף ענגליש, זיך געקענט באַפֿרײַען פֿון דער קולטורעלער „געטאָיִזאַציע”, װאָס האָט דעמאָלט געהערשט אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע. נאָך זײַן צוריקציִען זיך פֿון דער אַרבעט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט אין 1987 איז בנימין - איצט, הרשבֿ - אַריבער אין יעיל־אוניװערסיטעט, װוּ ער איז געװען דער פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור און שפּראַך א”נ פֿון בלױשטײן, און פֿון 1992 - פּראָפֿעסאָר פֿון סלאַװיסטיק. ער איז געװען אַ מיטגליד פֿון דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿאַר קונסט און װיסנשאַפֿט, און פֿון דער ישׂראלדיקער אַקאַדעמיע פֿאַר װיסנשאַפֿט. אין 2005 האָט ער באַקומען דעם „פּרס־אמת” און אין 2008 דעם „פּרס־עקבֿיהו” פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער העברעיִשער פּאָעזיע. אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון בנימין הרשבֿס ייִדישע און העברעיִשע לידער („כּל השירים/אַלע װערק”) גײט באַלד אַרױס פֿונעם כּרמל־פֿאַרלאַג אין ישׂראל, אַ פּראָיעקט װאָס ער האָט, צוזאַמען מיט דער פּראָפֿעסאָרין חנה קראָנפֿעלד (בערקלי), באַװיזן צו פֿאַרענדיקן אין די לעצטע פּאָר װאָכן פֿון זײַן לעבן. אונדזער טיפֿסטן מיטגעפֿיל זײַן אַלמנה, באַרבאַראַ הרשבֿ (ניו־הײװן); זײַנע קינדער, אהוד און מירבֿ הרושאָװסקי, תּמי הרושאָװסקי, דפֿנה און אורי קוק; און זײַנע אײניקלעך הילה, יואבֿ, גיא, ניצן, דוד און טל, װ עלכע לעבן אין ישראל.
געדרוקט אין "פֿאָר װ ערטס" דעם 24-סטן אַפּריל 2015 ·
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען