| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דער ישׂראלדיקער "פּרימאַ אַפּריליס"
די זעלבע דראַמע, נאָר אַנדערש געשלײַערט. פּסח 2015 פֿון קנעכטשאַפֿט צו דעמאָקטאַטור א נצחון דערגרייכט דורך שקר און אָנװאַרפֿן אַ פּחד.אויף די װײלער. אַ האַלב יאָר נאָך דער "לעצטער" עזה-מלחמה און ווידער באדראָט. צו װאָס דעמאָקראַטיע - זי ווערט דאָך אין תנ"ך נישט דערמאָנט. און אפֿשר סאַנקציעס קעגן אָבאַמאַ ? .. יצחק לודען די דאָזיקע שורות װערן געשריבן דעם 1-טן אַפּריל 2015, צװײ װאָכן נאָך דעם דראַמאַטישן אויסגאַנג פֿון די װאַלן צו דער 20-טער כּנסת. דעם איבערקער פון די לעצטע מינוטן, װאָס האָבן אונדז געבראַכט די ערגסטע פֿון אַלע רעגירונגען. נאָך אַן ערגערע װי פֿריִער: צו איר זײַנען איצט צוגעקומען די חרדים, די פֿאַנאַטיש פֿרומע. די צװײטע קאַדענץ פון בנימין נתניהו (10 יאָר נאָכן דורכפֿאַל פֿון זײַן ערשטער ) איז אײַנגעשװוירן געוואָרן אין טאָג פון "פּרימאַאַפּריליס", דעם 1-טן אַפּריל (2009) און זי איז געװען די סאַמע רעאַקציאָנערסטע פֿון אַלע ביז איצטיקע רעגירונגען אין דער געשיכטע פון מדינת ישראל. די איצט אויפֿגעקומענע 20-סטע כנסת, די צװײטע אין דער צװײטער קאַדענץ פֿון בּנימין נתּניהו, איז געװאָרן אויסגעװײלט מיטן טײװלאָנישן כּישוף פֿון יענעם פּרימאַ אַפּריליס פֿון 2009-טן יאָר, דעם באַקאַנטן ישׂראבלאָף פון דער פֿאַרפֿירערישער דעמאַגאָגיע און אָפּנאַרעריי, און דורך אָנװאַרפֿן אַ פּחד אויפֿן פֿאָלק די צװײ מיטלען האָבן אים דערמעגלעכט ממש אין די לעצטע מינוטן פֿון דער װאַל-שלאַכט איבערצוּװעגן די וואָגשאָל אין די װאַל-אורנעס און צו באַפֿעסטיקן זײַן דעמאָקטאַטור. צו יענער עקסטרעם-רעאַקציאָנערער רעגירונג מיטן מיליטאַנטישן ראַסיסטיש שאָװיניסטישן נפטלי בענעט בראש אין אַן אַליאַנס מיט איװעט ליבערמאַנען, - איז איצט צוריקגעקומען דער פֿאַנאַטיש-פֿרומער פֿאַקטאָר פֿון די חרדים. - אָבער דאָס אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אינערלעכער קאָכעניש און אַ שװערער דינגעניש אין דער געצוימטער קאָאַליציע און קאָכט זיך איצט זינט ערבֿ- און חול המועד פּסח אויפֿן פֿערד-מאַרק, אין דעם אָנגעהיצטן פֿײַער-טאָפּ פון דעם פּשוט אויסגענאַרטן נצחון פֿון דעם "נאַציאָנאַלן לאַגער". די צװײ אָפּנאַרונגען פֿון נתּניהוס "כּישוף", װאָס האָבן גורם געװען דעם דורכפֿאַל פֿון דעם ליבעראַלן לאַגער, זײַנען געװען אין ז ײַ ן בהלהדיקער װאָרענונג צװײ שעה פֿאַרן שליסן די װאַל-אורנעס, אַז "צענדליקער טויזנטער אַראַבער װערן געבראַכט מאַסנװײַז מיט אויטאָבוסן צו די וואַל‾אורנעס", כּדי צו באַהערשן די כּנסת, און דאָס פֿעלשן די װערטער פון יאיר גרבוז איינער פֿון די רעדנערס אויף דעם זייער געלונגענעם מאַסיװן װאַל-מיטינג אויפֿן ראַבין-סק װ ער אין תּל-אביב, װעגן דעם הײַפֿל געצנדינערס װאָס קושן קמיעות און װאָס בוקן זיך אויף די הייליקע קברים און באהערשן די מדינה. נתּניהו האָט, ציטירנדיק די דאָזיקע רײד צוגעגעבן די נישט געזאָגטע ווערטער: די װאָס "קושן די מזוזות", װי דאָס װאָלט געװען כלומרשט געמיינט קעגן דעם "אָפּגעשטאַנענעם, פּראָסטן פֿאָלק פון די מזרח‾לענדער... אַזוי װי בעגין האָט אין 1981 דעמאַגאָגיש אויסגענוצט דעם אומגעלומפּערטן אויסדרוק פון דעם דעמאָלט פּאָפּולערן פֿאַרװײלער דודו טופּז וועגן די "טשאַכטשאַכעס". אַזויארום האָט נתּניהו אויפֿגעװעקט אויפֿסנײַ דעם ראַסיסטישן שד בײַ די באַלײדיקטע "מזרח"-װײלער אין די לעצטע שעהן פֿון דעם דראַמאַטישן װאַל-ארמעסט. . מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות, װי געזאָגט, דעם 1-טן אַפּריל, צװײ װאָכן נאָך די דראַמאַטישע װאַלן פֿון דעם 17-טן מערץ 2015 און דרײ װאָכן פֿאַר דעם 67סטן װ ײַ סן הויז, שטעלנדיק זיך אין דינסט פֿון דער אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנישער פּאַרטײ קעגן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ. מיט ז ײַ ן חוצפּהדיקן אויפֿטריט אין קאָנגרעס קעגן דער פּאָליטיק פון פּרעז' אָבאַמאַ און מיט ז ײַ ן שאַרפֿער קעגנערשאַפֿט צו די אונטערהאנדלונגען װעגן אַ פֿאַרשטענדיקונגס-הסכם מיט איראַן צו פֿאַרצוימען איר אַטאָמישע באַװאָפֿענונג - האָט נתּניהו אַװעקגעשטעלט אין אַן ערנסטער געפֿאַר די פּאָליטישע באַציונגען מיט איר איינציקער פֿאַרבינדעטער און אונטערשטיצערין פֿון מדינת ישׂראל - די שטאַרקסטע מדינה אין מיטעלן מזרח, װעלכע האָט אָבער נאָך אַלץ נישט קײַן געזיכערטע לעגיטימע עקזיסטענץ צוליב איר אקופּאַנטישן רעזשים. און גראָד איצט האָט נתּניהו זיך אַר ײַ נגעלאָזט אין דעם שאַרפֿסטן פּאָליטישן געפֿעכט מיט דער וועלט. דעם 25 ‾ סטן מערץ ד"י איז געװאָרן אַ האַלב יאָר נאָך דעם װי עס האָט זיך פֿאַרענדיקט די מיליטערישע אָפּעראַציע אונטערן נאָמען "פֿעלזנפֿעסט" ("צוק איתן"), װאָס האָט געדויערט 50 טעג און האָט זיך פֿאַרענדיקט - אַזוי װי אַלע ישראלדיקע מלחמות און "אָפּעראַציעס" - שוין צום װיפֿלטן מאָל מיט אַ פֿ ײַ ער-איבערר ײַ ס. דאָס איז פֿאַקטיש געװען דער דריטער װאָפֿנשטילשטאַנד אין דער לאַנגיאָריקער מלחמה קעגן דעם עזה- שטר ײַ ף, און די שוין װער-װײס-װיפֿלמאָליקע איבערחזרונג פֿון דעם גוט באַקאַנטן ישׂראבלאָף: לויט דעם װאָפֿנשטילשטאַנד, װאָס איז דערגרייכט געװאָרן מיטן כאַמאַס דעם 25 ‾ סטן אויגוסט 2014, ד"ה שוין מער װי מיט אַ האַלב יאָר צוריק: אין דעם שווער דערגרייכטן הסכם װעגן דעם װאָפֿנשטילשטאַנד האָבן די צדדים זיך פֿאַרפֿליכטעט צו דערעפענען, נאך אַ חודש, די געשפּרעכן װעגן רעאַליזירן ישראלס צוזאָג בטל צו מאַכן די באַלאַגערונג פֿון דעם עזה - שטר ײַ ף, מיט אַלע אַנדערע צוגעזאָגטע התחייבותן. איצט, מער װי אַ האַלב יאָר נאָך דעם פֿ ײַ ער ‾ איבערר ײַ ס, רעדט מען שוין װעגן אַ נ ײַ ער מעגלעכער מלחמה... און, װאָס ש ײַ ך דער דעמאָקראַטיע אין מדינת ישׂראל - די סאַמע דעמאָקראַטישסטע מדינה אין מיטעלן מזרח - האָט דאָך שוין נתּניהוס פּראָטעקטאָר, דער אַמעריקאַנער י יִ דישער קאַזינאָ-מאַגנאַט פון לאַס װעגאַס שעלדאָן עדעלסאָן געזאָגט און געפּסקנט, אַז אין תנ"ך, אין דער ב ײַבל, װערט נישט דערמאָנט דאָס װאָרט דעמאָקראַטיע - צו װאָס דאַרף מען עס אין ישראל?. יצחק לודען ..
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען