| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ליבער לייענער
יצחק לודען
אין יוני 2014 האָבן מיר אָפּגעשטעלט, נאָך 63 יאָר דערשײַנען, דאָס רעגולערע ארויסגעבן די לעבנס-פֿראַגן, דעם אָרגאַן פֿונעם "אַרבעטער-רינג -ברית עבודה" אין ישׂראל. דערמיט האָט זיך געשלאָסן די לעצטע, און לעצטנס די אײנציקע צײַטונג, װאָס איז דערשינען אויף ייִדיש אין ייִדישן לאַנד. מיטן שליסן די ישׂראלדיקע לעבנס-פֿראַגן האָט זיך אויף אַ װײטיקלעכן אוֹפֿן געשלאָסן אַ היסטאָריש קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין ארץ-ישראל.- אַ קאַפּיטל, װאָס ציילט כּמעט 140 יאָר, זינט עס איז דאָ דערשינען אין מאי 1876 די ערשטע ייִדישע פּובליקאַציע, דער שערי ציון: אַ צװײ-שפּראַכיקע, העברעיִש-ייִדישע אויסגאַבע, װאָס האָט זיך געדרוקט אין משך פון 9 יאָר. פֿון דעמאָלט אָן האָט די ייִדישע פּרעסע אין ייִדישן ייִשוב און דערנאָך אין ייִדישן לאַנד אַדורכגעמאַכט א ברויזנדיקע געשיכטע פֿון אויפֿלעב און נידערפֿאל, פֿון שפּראַכן-קאַמף און דיסקרימינאַציע, פֿון שלילת הגלות- און שנאת-יידיש, פֿון אַן אויפֿלעב בעת דעם גרויסן אײַנװאַנדערונג- שטראָם נאָכן חורבן און נאָך דער מדינה-אַנטשטײונג, איז אויסגעשטאַנען אָפֿיציעלע פֿאַרפֿאָלגונגען און באַגרענעצונגען פֿאַר יידיש װי אַ "פֿרעמדע שפּראַך" און געפֿירט אַ פֿאַרביטערטן קאַמף פֿאַר איר קיום און פֿאַר די עקסיסטענץ-רעכט פֿאַר ייִדיש. אַ ברייטערן איבערבליק איבער דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין לאַנד וועלן מיר ברענגען אין קומענדיקען נומער פון די פֿרײַע לעבנס-פֿראַגן, נאָך דעם װי דער רעגולערער חודש- און דערנאָך צװײמאָנאַטן-מאַגאַזין האָט זיך געשלאָסן, נישט באַקומענדיק קיין מלוכישע אונטערשטיצונג װאָס זאָל דערמעגלעכן איר המשך. און אָן מלוכישער אונטערשטיצונג און אַ פֿאַרזיכערטער עקזיסטענץ- קען זיך בכלל קיין קולטור נישט אַנטװיקלען. און דאָס געשעט לגבי יידיש גראָד אין דער צײַט ווען די באַציִוּנג צו ייִדיש אין לאַנד האָט זיך פֿאַרבעסערט, עס איז אַפֿילו אײַנגעפֿירט געװאָרן אין 1993 אַ געזעץ װאָס פֿאַרפֿליכטעט די מדינה צו פֿלעגן, אָפּהיטן און אַנטװיקלען די יידישע שפּראַך און קולטור - אבער טאַקע גראָד זינט דעם דאָזיקן גוטװיליקן אַקט האָט די מערכה פֿון ייִדיש אָנגעהויבן גיין באַרג-אַראָפ, צו דער פֿולער ליקווידאַציע פֿון דער יידישע פּרעסע, מיטן שליסן די לעצטע רעגולערע קולטור טריבונע, די "לעבנס-פֿראַגן".די "נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן מיטן כוח פֿון דעם דאָזיקן געזעץ, האָט נישט נאָר נישט פּאָטעסטירט, נאָר פּראָטעסטירט, נאָר אפֿילו געהאָלפן אָרגאַניזירן פֿאָריקן חודש די ליקװידאַציע פֿון דעם יידיש-אָפּטייל אין דער צענטראַלער מוניציפּאַלער ביבליאָטעק אין תל-אביב - יפו. אין אַ זאַמלבוך פֿון ייִװ"אָ, אַרויסגעגעבן אין װילנע אין יאָר 1937 צום אָפּצייכענען דעם יוֹבֿל פֿון 250 יאָר, ד"ה אַ פֿערטל יאָרטויזנט, זינט עס איז אין אַמסטערדאַם דערשינען די ערשטע ייִדישע צײַטנג, איז געװאָרן אונטערגעצויגן דער סך־הכּל פֿון דער ייִדישער פּרעסע אויך אין ארץ ישראל אין אירע ערשטע זעכציק יאָר, פֿון 1876 ביז 1936. פֿון דאָרט לערנען מיר פֿון דער רשימה פֿון מנשה אונגער, אַז אין אָט דעם צײַט־אָפּשניט זענען אין ארץ־ישראל געדרוקט געװאָרן 221 אויסגאַבעס אין ייִדיש, אַרײַנגערעכנט סײַ פּעריאָדישע און סײַ אײנמאָליקע פּובליקאַציעס, װאָס װערן, לויט זײער כאַראַקטער, פֿאַרעכנט צו דער פּרעסע אויף ייִדיש. צו אָט דער ציפֿער דאַרף מען צורעכענען נאָך אַן ערך 50ביז 90 פּאָזיציעס אין די װײַטערדיקע יאָרן ביז הײַנט און מיר װעלן האָבן אַ סך־הכּל, כאָטש נאָך אַלץ נישט קיין גענויעם, פֿון אַן ערך 300 פּרעסע־פּובליקאַציעס אין ייִדיש אין מאַנדאטאָרישן ארץ־ישראל - פּאַלעסטינע און אין מדינת ישראל. מיט א טרויעריק באַדויערנדיקער פֿאַרגיטיקונג דאַרף װערן באַטאָנט, אַז די דאָזיקע ווירדיקע סאָציאַליסטישע קולטור-טריבונע האָט "איבערגעלעבט" די ייִדיש-לשונדיקע פּרעסע-אָרגאַנען פֿון אַלע היגע אָרגאַניזאַציעס און פֿאַרבאַנדן, װאָס האָבן עקזיסטירט אין דעם אָרטיקן "ייִדיש-װעלטל" מיר פֿאַרלאָזן אָבער נישט אונדזערע געטרײַע לייענער. מיט אלע מעגלעכע כוחות וועלן מיר זיך באַמיען אויפֿצוהאַלטן אונדזער עלעקטראָנישע וועבזײַט מיט ספּאָראַדישע פּובליקאַציעס פֿון אַרטיקלען,לידער.און נאטיצן. דער ”אַרבעטער-רינג - ברית ה עבודה" און זײַן קולטור-קרײַז זײַנען װ ײַטער טעטיק און שטעלן הײַנט פֿאָר מיט זיך דאָס אײנציקע װ ינקעלע װ אָס אַטעמט מיט ייִדיש- װ עלטלעכקייט, מיט ייִדישן לשון, די איינציקע אינסטיטוציע, אין װעלכער יידיש איז געבליבן די אומגאַנג-שפּראַך אין איר טאָג-טעגלעכער טעטיקייט. מיר ווינטשן אונדזערע לייענער און אַלע ליבהאָבער פון ייִדיש, אַלע אונדזערע פֿרײַנד און סימפּאַטיקער -אַ פרײדיקן, גליקלעכן נאָך יום-טוב. מיט חברשאַפֿט -
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען