| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דאָס לאַנד פֿון דער טויב
א ליד דידי מנוסי, העבר.; יידיש:יצחק לודען
הערט אַ מעשה פֿון אַ טויב אַ װײַסע װאָס פֿלעגט אייביק װאַנדערן פֿון אײן לאַנד אין דעם אַנדערן װאָס האָט דען די טויב געזוכט אין איר צװײטויזנט־יאָריקער פֿלוכט? - נאָר אַ װינקל געפֿינען דאָרט אַ נעסט זיך צו שפּינען, נאָר אַ װינקל אַ קליינס עס זאָל קענען זײַן "מײַנס", און צו קענען זיך שיצן קעגן רעגנס און היצן. און דער טאָג איז געקומען ס'האָט דער טרוים זיך באַקומען - זי האָט אַ װינקל געפֿונען איר נעסט דאָרט צו שפּינען. און גלײַך נאָכן בויען געפֿונען אַ טאָלק: דאָס פֿענצטער געעפֿנט פֿאַר דעם גאַנציטשקן פֿאָלק. און אין צײַט פֿון סכּנה די נעגל געשאַרפֿט און געװוּסט מיט אמונה װי זיך שיצן מען דאַרף. נאָר ס'האָבן די נעגל, װי ס'איז שוין באַשערט, זיך שוין מער אין דער שײד נישט צוריק אומגעקערט. מיטן טײַבל דעם קלוגן איז עפּעס געשען, זי איז שוין הײנט מער ניט װאָס פֿריִער געװען. זי זעט טאַקע אויס װי ערשט װידער געבוירן - האָט אָבער דעם שכל אין גאַנצן פֿאַרלוירן.
נאָכן נצחון מיט גרויס בטחון זי צײכנט אַ פּלאַן (לויט אַן אַלטן קושאַן): אין זכות פֿון דער עװלה פֿון צװײ טויזנט יאָר צו װערן אַ גרויסמאַכט פֿאַרװילט זיך איר נאָר.
איצט זאָלסטו דעריבער ניט גאַפֿן און שטוינען - און װען אין פּראָגראַם פֿון דער טויב דו װעסט לײענען אַז אין נאָמען פֿון זיכערהײט פֿאַר דײַן הויז װאַרפֿט מען פֿון דאָרטן דעם שכן אַרויס - דאַן זאָלסטו קײן טעות ניט האָבן, און גלויב: ...דאָס איז סך־הכּל די זעלביקע טויב װאָס האָט געזוכט נאָר אַ װינקעלע פֿאַר זיך, צו קענען זיך פּאָרען אַליין אין דער קיך;
נאָר זינט זי איז געװאָרן פֿעט און דיק
האָט זי געטוישט איר קאָליר און איר בליק.
און - יענע טויב פֿון אונדזער מעשׂה
איז שוין הײַנט נישט מער קיין װײַסע...
ידיעות אחרונות, סעפּט. 1973
פון העברעיִש: יצחק לודען
לעבנס־פֿראַגן, אָקט.- נאָװ. 1973
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען