| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אין קולטור קרייז ביים ארבעטער רינג
די רעגולערע קולטור-פֿרימאָרגנס, װאָס קומען פֿאָר יעדן אַנדערן מיטװאָך איבעראַנאַנד אונטער דער לײטונג פֿון דער װאָרט-קינסטלערין און אקטריסע שורה גרינהויז-טורקאָװ, זענען שוין פֿון לאַנג געװאָרן אַ שם-דבֿר אין די קרײַזן פֿון דעם ייִדישן קולטור-סעקטאָר אין ישראל. יעדער אַזאַ פֿרימאָרגן שענקט די מיטגלידער פֿון דעם קולטור-קרייז און די געסט אַ גײַסטיקע און עמאָציאָנעלע איבערלעבונג. דאָס מאָל איז דער נאָרװאָס פֿאַרענדיקטער קולטור-סעזאָן געװען אויסגעפֿילט מיט הײמישע דערמאָנונגען פֿון דער ייִדישװעלט.. "אין װינטער-פֿאַרנאַכטן"... דער פֿרימאָרגן-צונויפֿקום דעם 5 -טן מערץ האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ דערמאָנונג װעגן דעם דיכטער דוד האָפֿשטיין אין אַ רעציטאַציע פֿון שורה גרינהויז-טורקאָװ און מיטן געזאַנג פון האָפֿשטיינס באַקאַנטן ליד "אין װינטער-פֿאַרנאַכטן", אין דער פּרעכטיקער אויפֿפֿירונג פֿון דער זינגערין עדה פּאַשאַיאָװ. װעגן דעם דיכטער, װעלכער איז געװאָרן אומגעבראכט דורך דער סטאַלינישער טיראַניע אין 1952 -אין לאַנד פֿון דעם קאָמוניסטישן "מאָרגן", האָט רעפֿערירט די לעקטאָרין פּנינה מעלער, און א פּראָגראַם פֿון יידישן געזאַנג האָבן אויסגעפֿירט עדה פּאַשאַיאָװ און ראָזאַ קלײן בײַ דער קלאַװיר-באַגלײטונג פון רעגינאַ דריקער, די לײטערין פֿון דעם געזאַנג-װאַרשטאַט פֿון נחמה ליפֿשיץ. אַ דערפֿרישונג (נישט קיין דערמאָנונג) דער פרימאָרגן פון דעם 19-טן מערץ איז געװען אַ מוזיקאַלי-שער קאָנצערט לכבוד פּורים, אין דער אויספֿירונג פֿון דעם יונגן טאַלאַנט, די זינגערין יעל קאָגען, אַ שילערין פֿון דעם מוזיקאָלאָג סערגאָ בענגעלס-דאָרף — דער געװ' אָנפֿירער פֿון דעם יידישן קולטור-פֿאַרבאַנד אין בעסאַראַביע אין קעשענעװ, װעלכער האָט זיך איצט באַזעצט אין נהריה. בענגעלסדאָרף האָט באַגלײט זײַן שילערין אויפֿן קלאַװיר. לזכר די אַװעקגעקומענע אַקטיאָרן אַ דערמאָנונגס-פֿרימאָרגן געװידמעט די פֿאַרשטאָרבענע יידישע אַקטיאָרן אין ישראל, איז פֿאָרגעקומען דעם 2 טן אַפּריל ד"י אונטער דער לייטונג פֿון קאַראָל פֿעלדמאַן. צוזאַמען מיט אים זײַנען אויפֿגע-טראָטן מיט דערמאָנונגען װעגן די פֿאַרשטאָרבענע בינע-קינסטלער ד"ר שלמה לײבאָװיטש-לייש פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון די יוצאי רומעניע, נתן העכט, לאה שלאַנגער, שורה גרינהויז-טורקאָװ א"אַ.צװישן די געסט צו דעם אָנדענק- צוּזאַמענקום האָבן זיך אויך באַטײליקט צװײ פֿאָרשטייער פֿון דער פֿראַנצויזישער אַמבאַסאַדע אין ישׂראל. מאירה, די פֿאָרשטײערין פֿון דעם אַקטיאָרן-פֿאַרבאַנד, האָט דערלאַנגט די ייִדישע אַקטיאָרן אַן אויסצײכן-צײַגעניש. נאָך דעם האָט מאירה איבערגעגעבן אַן אָנערקענונגס-צײַגעניש די ח"ח יצחק לודען און בעל אַ בריקס-קליין פֿאַר דעם ארבעטער-רינג װי דעם גאַסט-געבער פֿון די בינע-קינסטלער. ח' לודען האָט אין זײַן דאַנק-וואָרט דערמאָנט די װערטער פֿון לאה קעניג, די געקרוינטע "מלכה פֿון העברעישן טעאַטער", װעלכע האָט - בײַ אַ פֿריערידקן אַקטיאָרן-צונויפֿקום אין אונדזער זאַל— גערעדט וועגן די גרויסע שוועריקייטן, אויף װעלכע די ייִדישע בינע-קינסטלער האָבן זיך אָנגעטראָפֿן קומענדיק אין לאַנד אין די פֿריִע יאָרן פֿון דער מדינה, און האָט אָנגעװיזן אויף אָט דעם זאַל פֿון אַרבעטער- רינג, װעלכער דינט אַלע יאָרן װי אַ װאַרעמע הײם פֿאַר די ייִדישע אַקטיאָרן אין ל אַ נד. צום יאָרטאָג פֿון אומקום און גבֿורה דער אָנדענק פֿון אומקום און גבֿורה, צום 71-סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ, איז אָפּגעצײכנט געװאָרן, אַזוי װי יעדעס יאָר, אין זאַל א"נ פֿון שמואל אַרטור זיגלבוים, בכבודיק און אינהאַלטפֿול. פּראָפֿ' אברהם נאַװערשטערן איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעפֿעראט, אין װעלכן ער האָט אַנאַלי זירט די אופֿנים פֿון אָפּהיטן דעם זיכורן פֿון דעם חורבן פֿון דעם גרויסן נאַציאָנאַלן און אלמענטשלעכן חורבן. מיט אַ רײַכן רעפּערטואַר פֿון ייִדישע לידער געװידמעט דער טעמע פֿונעם יידישן חורבן איז אויפֿגעטראָטן דער כ אָ ר א”נ פֿון דעם העלדישן געטאָ-קעמפֿער מיכאל קלעפּפֿיש אונטער דער לײטונג פֿון עליזה בלעכעראַװיטש. אין אָנדענק פֿון מיכאל ווײַנאַפּעל בן אבֿרהם אין אָנדענק פֿון דעם דיקטער פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ-שעה מיכאל װײַנאַפּעל בן-אבֿרהם, דעם גרינדער און פֿאָרזיצער פֿון אונדזער קולטור-קרײַז, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין זײַן 7 -טן יאָרטאָג דעם 7.05.2014 אין דעם אַרטור זיגעלבוים-זאַל בײַם אַרבעטער-רינג, אין דער אָנװעזנהײט פֿון דער אלמנה און די אייניקלעך. ח' יצחק לודען האָט דערציילט די ביאָגראַפֿיע און דערינערונגען װעגן מיכאלן און װעגן דעם דראַמ. קרייזן וועלכן ער האָט געשאַפֿן אין די 1960 ער יאָרן בײַם אַרבעטער-רינג, אויפֿפֿירנדיק איבער 30 פּיעסן פֿון דער יידישער לימעראַטור און דראַמאַטורגיע, און װעגן זיין געזעלשאַפֿטלעכער איבערגעגעבנקייט דער טעטיקייט לטובת דער יידישער ק'ולטור. ח' לודען האָט אים באַצײכנט אַלס דעם "װאָרטזאָגער פֿון דער יידישער ליטעראַטור". נאָך דעם איז געװאָרן אויפֿגעלויכטן דער פֿילם פֿון באָרים סאַנדלערן װעגן מיכאל בן אברהם, "דאָס קול פֿון קול ישׂראל" דער צושטאַנד פֿון ייִדישן טעאַטער מיט אַ רעפֿעראַט װעגן די גילגולים און דעם איצטיקן צושטאַנד פֿון ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל איז מיטװאָך דעם 21 -סטן מאי ד"י אויפֿגעטראָטן פֿאַרן קולטור-קרײַז דער שרײַבער, דראָמאַטורג און פּובליציסט מיכאל פֿעלדענבאום, און מיט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישן געזאַנג איז אויפֿגעטראָטן די יונגע זינגערין אָלגאַ אביגיל. דעם באריכט װעגן דער טעטיקייט פֿונעם קולטור-קרײַז אין דעם טעטיקייט-סעזאָן װעט אָפּגעבן בעלאַ בריקס-קלײן,די ביוראָ- פֿאַרװאַלטערין בעת דעם פֿרימאָרגן-צוזאַמענטרעף, װאָס װעט פֿאָרקומען דעם 25.06.2014. דער באַריכט װעט זײַן באַגלייט מיט אַן אויפֿטריט פֿון אונדזער מיכאל קלעפּ פֿ יש-כאָר בײַם אַרבעטער-רינג,אונטער דער לײַטונג פֿון דער דיריגענטין עליזה בלעכעראָװיטש און דער פּיאַניסטין אַנאַ סמאָלאָװ, און די סאָליסטן עליזאַ בלעכעראָװיטש און אורי אַבראַמאָװיטש, באַגלייט פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט מישאַ בלעכעראָװיטש.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען