| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אוקראַינע
א ליד יוסף קערלער
1 אויב ס'וועט זיך אָנפֿרעגן אויף מיר מײַן וויגלאַנד, מײַן געבוירנלאַנד, מײַן קינדהייט — כ'טראָג אַנטקעגן אַלעמען דאָס וווּנדער אַז כ'אָטעם מיט דער פֿולער ברוסט און, גאָט צו דאַנקען, — כ'בין גענוג נאָך שטאַרק און אויסהאַלטן ס'וועט מײַן געזונטער קאַרק די ערשטע ליבשאַפֿט צו מײַן זויגמוטער אוקראַיִנע.
2 אוקראַיִנע, אוקראַיִנע, וויגלאַנד אוקראַיִנע, זאַפֿטיק בליען פֿעלדער גרינע ביז צו מײַין מדינה, ווײַט בין איך פֿון מײַן פּאָדאָליע אין דער וועלט פֿאַרלאָרן, נאָר סע רוישט הינטער דער פּלייצע דײַן געדיכטער קאָרן און סע כישופֿט מיך דײַן קאָבזע פּונקט ווי דוד'ס האַרפע — כ'קען, מײַן ניענקאַ אוקראַיִנע זיך מיט דיר ניט וואַרפן.
ירושלים, סוף 1990 קער יארן
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען