| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
צװישן דער מאַכטגײַציקייט און דעם קיִוּם פֿון דער מדינה
מיטן באַשטעטיקן דעם געזעץ, װאָס פֿאַרפֿליכטעט די רעגירונג צו דערגרייכן אַ מערהייט פֿון 80 שטימען אין דער כּנסת פֿאַר יעדן טעריטאָריאַלן הסכם און דערנאָך אַדורכצופֿירן אַ פּאָליטישן אַבּאָרט פֿון דעם קוים פֿאַרשװאַנגערטן שלום-זיווּג, װעמען עס איז בּמילא שוין געװען באַשערט צו מַפּלען... דער עקסטרעם-רעכטער אַגרעסיװער פֿליגל אין "ליכּוד" בראָש מיט זײַנע נײַ געוויילטע דעפּוטאַטן אין דער כנסת:—משה פֿייגלין, דַני דַנון, זֶאב אֶלקין, ציפּי חוטובֶלי, מירי רגבֿ און די גאַנצע חברותא פֿון די לעצטע רײען, האָט אין די לעצטע וואַלן צו דער כנסת באַהערשט די פּאַרטײ, אַרויסגעשטויסן די אַלטע גװאַרדיע פון דער פּאַרטײיִשער אָנפֿירונג און האָט, צוזאַמען מיט ליבערמאַנס "ישׂראל ביתּנו" אַדאָפּטירט די ראַדיקאַלע סטראַטעגיע פֿון זייער ביידנס אידעאָלאָגישער שװעסטער, די "טי-פּאַרטי", װעלכע האָט באַהערשט די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. אויפֿן מוסטער פֿון זײַנע אַמעריקאַנער אַפּוטרופּסים האָט זיך דער "ליכּוד" פֿאַרמאָסטן צו טאָרפּעדירן די שלום- פֿאַרמיטלונג פון דעם אַמעריקאַנער סטייט סעקרעטאַר דזשאָן קערי צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער אויף דעם זעלבן אופֿן װי די אַמעריקאַנער רעאַקציע האָט געפּרוּװט טאָרפּעדירן די סאָציאַלע געזעצגעבונג פון פּרעז' אָבאַמאַ: מיט דער הילף פֿון אָבסטרוקציע. האָבנדיק א מערהייט אין רעפּרעזענטאַנטן-הויז, האָבן די רעפּוליקאַנער פֿאַרהאַלטן די בודזשעטן פֿון די באַזונדערע שטאַטן און דאָס האָט אין משך פֿון אַ חודש צײַט אָפּגעשטעלט דאָס פֿונקציאָנירן פון די מלוכישע אַפּאַראַטן. דעם זעלבן צװעק האָט אויך אין ישׂראל געדינט די אינטענסיװע געזעצגעבונג, װאָס די עקסטרעם-רעכטע מערהייט אין דער קאָאַליציע האָט אויפֿגעצװוּנגען דער רעגירונג, כּדי צו פֿאַרװאַנדלען דעם אומגעהויער שװערן שלום-אָנשטרענג.אין די געפּטרטע נײַן חדשים פֿון פֿרוכטלאָזער שװאַנגערשאַפֿט —באַשטעטיקננדיק דעם געזעץ, װאָס פֿאַרפֿליכטעט די רעגירונג צו דערגרייכן אָ מערהייט פֿון 80 שטימען אין דער כּנסת פֿאַר יעדן טעריטאָריאַלן הסכם און דערנאָך אַדורכצו פֿ ירן אַ רעפֿערענדום — גורם זײַענדיק דעם פּאָליטישן אַבּאָרט פֿון דעם שלום-זיווּג. דער רעזולטאַט האָט נישט געלאָזט לאַנג אויף זיך װאַרטן און עס האָבן זיך אָנגעהויבן די אײַנזײַטיקע שריט און קעגנשריט, װי די נײַע, כאָטש אַלט-גענוצטע פּראַװאַקאַטיווע בוי-פּראָיעקטן פון אויסברײטערן נאָך מער די קאָלאָניזאַציע און פֿאַרשטאַרקן די אָקופּאַציע, דער אָנזאָג פֿון נײַע פֿינאַנסיעלע, עקאָנאָמישע און פּאָליטישע סאַנקציעס. און אחרון אחרון מצד די פּאַלעסטינער — די איבערבעטונג און דאָס אויפֿשטעלן אַ בשותפֿותדיקע רעגירונג מיטן כאַמאַס, דעם אידעאָלאָגישן און פּאָליטישן פֿײַנט פֿון דעם פּ.ל.אָ. דער דאָזיקער שריט האָט אַרײַנגעבראַכט נתּניהון אין אַ היסטעריע און האָט דערפירט צו אַ שאַרפֿן קאָנפֿליקט מיט װאַשינגטאָן, װעלכע האָט באַגריסט דעם פּאַלעסטינער שריט און געזען אין אים אַ פּאָזיטיװן אַקט אויפֿן װעג צו אַ שלום — אין קעגנזאַץ צו דער רעגירונג פֿון ישראל, װעלכע האָט רעאַגירט מיט אַ מין "תּג מחיר" — אַ פּרײַז- עפּיטעט, װײַל דער שלום-בית צװישן די פּאַלעסטינער באַדראָט די עקספּאַנ- סיאָניסטישע פּלענער פֿון דער ארץ ישראל השלמה. פֿינף יאָר נאָך זײַן "היסטאָרישער" רעדע אין בר‑אילן אוניװערסיטעט, אין װעלכער ער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו אַ פּשרה פֿון "צװײ מדינות פֿאַר די צװײ פֿעלקער" איז דער פּרעמיער בנימין נתּניהו דאָס מאָל פֿון דער זעלבער טריבונע אַרויס מיט אַן עקסטרעם‑רעאַקציאָנערער רעדע קעגן די ליבעראַלע טענדענצן אין דער פּאָליטיק פֿון איראַן און אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק. און כאָטש ער האָט זיך נישט אָפֿן אָפּגעזאָגט פון זײַן דעמאָלטיקער פֿאַרפֿליכטונג, האָט אָבער די דאָזיקע טענדענץ בוֹלט אַרויסגעלויכטן פֿון זײַן װילן אַנטקעגנצוקומען דער עקסטרעם רעכטער מערהײט אין זײַן פּאַרטיי, דעם "ליכּוד". און דאָס גראָד אין פֿערטן חודש פון דער "פּאָליטישער שװאַנגערשאַפֿט", אין װעלכער עס האָט זיך שוין געפֿונען דער אומגעהויער שװערער מצבֿ פֿון דעם נישט דערוואַרטן שידוך, װאָס איז געװאָרן אָנגעװאָרפֿן אויף מדינת‑ישׂראל און אויף די פּאַלעסטינער דורך זייער בײדנס פּאַטראָן, דעם סטייט‑ סעקרעטאַר קערי. אַן אויפֿגעצװוּנגענער שידוך אָן ליבע און אויך אָן אַ ברירה. די מדינה איז אַלע יאָרן פֿון איר עקזיסטענץ שוין אַ סך מאָל געשטאַנען פֿאַר דער דאָזיקער דילעמע, אָבער זי איז נאָך קײנמאָל אין די לעצטע 35 יאָר נישט געשטעלט געװאָרן אַזוי שאַרף פֿאַר דער עקזיסטענציאַלער דעציזיע, װי אין די איצטיקע טעג. די דאָזיקע "איצטיקע טעג" זײַנען געװען מיט פֿיר יאָר צוריק, און אָט שטייט איצט די מדינה גענוי פֿאַר דער זעלבער דראַמאַטישער דילעמע — און פֿאַר דער זעלבער קעגנערשאַפֿט פון די הערשנדיקע מנהיגים פֿון דער מדינה צו אַ שכלדיקער לייזונג פֿון דעם אייביקן קאָנפֿליקט, װאָס האָט שוין געברענגט צו אַזוי פֿיל אומזיסטע קרבּנות פֿון דעם טעראָר און פֿון די זיך איבערחזרנדיקע מלחמות.אָבער פֿאַר דעם מלך ביבי הראשון איז דאָס פֿאַרזיכערן זײַן הערשאַפֿט איבער זײַן נאַציאָנאַלער מלוכה פֿון ייִדישן פֿאָלק" בילכער פֿון דער פֿאַרזיכערטער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען