| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַפּאַרטהייד װערט געכּשרט
יצחק לודען
מיט צװײ און אַ האַלב יאָר צוריק, אין נאָװעמבער 2011, האָט דער דעמאָלטיקער פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרײַך ניקאָלאַ סאַרקוזי בעת דער יערלעכער סעסיע פון די אינדוסטריעל אַנטװיקלטע לענדער אָנגערופֿן בנימין נתניהו "אַ ליגנער" און אַז "ער קען אים נישט פֿאַרטראָגן". דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט אים געענטפֿערט: "אײַך איז ער נמאס געװאָרן, אָבער איך מוז זיך מיט אים פֿאַרמעסטן יעדן טאָג". די דאָזיקע זעלטענע ציטאַטן, װאָס האָבן אָפּגעדעקט אמתן, װאָס געװײנלעך דערגײען זײ נישט צו דער עפֿנטלעכקייט, מחמת דער דיפּלאָמאַטיע און די כללים פון "פּאָליטיקלי קאָרעקט", זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן נאָר דערפֿאַר װײַל די מיקראָפֿאָנען זײַנען געבליבן אָפֿן און די פּרעזידענטן האָבן נישט געװוּסט.
איצט — שרײַבט די ישראלדיקע צײַטונג "הארץ”— איז געקומען די ריי אויף דזשאָן קערי. אין קעגנזאַץ צו סאַרקוזי און אָבאַמאַ האָט מען דעם אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטער "געכאַפּט" בײַם אויפֿדעקן אמתן נישט פּערזענלעכע, נאָר פּרינציפּיעלע. בעת דער "קאָנפֿערענץ פֿון די דרײַ" איז קערי רעקאָרדירט געװאָרן װי ער זאָגט אַז ”די לײזונג פֿון שתי מדינות איז די אײנציקע אַלטערנאַטיװע... אײן מדינה װעט זײַן אַ מדינה פֿון אַפּאַרטהײד, מיט בירגער פֿון צװײטער מדרגה, און װעט צו נישט מאַכן די מעגלעכקײט פֿון ישׂראל צו בלײַבן א ייִדישע מדינה". קערי האָט אַפֿילו געװאָרנט, אַז אַן אײַנפֿרירונג פון דעם שלום-פּראָצעס איז עלול צו פֿירן צו אַן אויפֿפֿלאַקערונג פֿון גװאַלט אויף די שטחים, און האָט אָנגעדײַט, אַז "אויב עס װעט נישט קומען קײן ענדערונג אין דער רעגירונג, איז מעגלעך, אַז עפּעס װעט געשען". די אויפֿריכטיקע אַרויסזאָגונגען פֿון מינ' קערי זײַנען נישט געװען פֿון דעם סאָרט װאָס אַ דיפּלאָמאַטיש אויער איז צוגעװוינט צו הערן. דעריבער האָבן זײ אַרויסגערופֿן קעגן אים אַ כװאַליע פֿון פּערזענלעכע פּאָליטישע אַטאַקעס. קערי איז אַפֿילו געצװונגען געװאָרן אויסצודריקן עפֿנטלעך זײַן באַדויער פֿאַר באַנוצן דעם אויסדרוק "אַפּאַרטהײַד" און האָט אויפֿגעקלערט, אַז װען ער װאָלט געקאָנט, װאָלט ער "צוריקגעדרייט דעם טײפּ און װאָלט אויסגעקליבן אַן אַנדער װאָרט".
װוּ נעמט מען אָבער אָן אַנדערן אַלטערנאַטיװן אויסדרוק?
עס איז נישט קיין צופֿאַל, װאָס קערי איז געװען געצװוּנגען זיך אָפּצוקערן דװקא פֿון באַנוצן דאָס װאָרט "אַפּאַרטהײַד". די סענסיטיװקייט צום פֿאַרגלײַכן ישׂראל מיט דרום-אַפֿריקע פֿון דער תקופֿה פֿון אַפּאַרטהײַד איז דאָס װאָס קערי האָט געזאָגט " of the record ", ד"ה "נישט צום פֿאַרעפנטלעכן", איז למעשׂה אַ שילדערונג פֿון דער װירקלעכקייט. אײן מדינה — װעט זײַן אַפּאַרטהײד-מדינה; אַן אײַנפֿרירונג פֿון דעם פּאָליטישן פּראָצעס איז עלול צו ברענגען מיט זיך אַ נײַע אינטיפֿאַדע; אַן ענדערונג אין דעם צוזאַמענשטעל פֿון דער רעגירונג אַפֿילו אונטער דער זעלבער אָנפֿירונג קען זײַן מסוגל צו ענדערן דאָס בילד. דאָס בילד פֿון דער באומרויִקנדיקער װירקלעכקייט װאָס קערי האָט אויסגעמאָלט, דאַרף מען ענדערן דורך אָנװענדן די לייזונג פֿון די צװײ מדינות. אין קעגנזאַץ צום טייפּ װעט די טראַגעדיע, װאָס װערט דאָ פֿאַרפֿלאָכטן נישט קענען װערן אומגעקערט אויף צוריק אָדערװערן אויסגעמעקט.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען