| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
באַגריסונג מיט צער
שבע צוקער
ס' איז ניט קײן לײַכטער ענין אָנצושרײַבן אַזאַ באַגריסונג. אין אײן װעגס פּראַװעט מען די מער װי זעכציק יאָריקע עקסיסטענץ פֿון אַ ייִדיש־ פּובליקאַציע און מיר װײסן אַלע װיפֿל עקשנות, איבערגע-געבנקײט, שאַפֿערישקײט און טאַלאַנט דאָס פֿאָדערט. פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער מוז מען אױך אָנערקענען אַז נאָך אַ ייִדיש־זשורנאַל פֿאַרמאַכט זיך, און װעגן דעם קען מען זיך, טאָר מען זיך דאָך ניט פֿרײען. די “ לעבנס־פֿראַגן ” באַגלײטן מיך כּמעט דאָס גאַנצע לעבן: קודם האָט דער טאַטע מײַנער, מאיר צוקער ע ’ ה, אַ געטרײַער בונדיסט, זײ אַבאָנירט אָדער געבאָרגט בײַ דער ביבליאָטעק און איך האָב זײ אָפֿט געזען בײַ אונדז אין דער היים. שפּעטער בין איך אַלײן געװאָרן אַ לײענער און װי דער רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל "אױפֿן שװעל " אַרויסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע. אַ נאָענטע קאָלעגע. בשעת אונדזער זשורנאַל איז אַװעק פֿון זײַן פֿריִערדיקער פּאָליטיק און איז געװאָרן רײן קולטורעל / ליטעראַריש האָבן די " לעבנס־פֿראַגן " עד־היום, װי איר אַלײן שרײַבט, ניט מורא געהאַט "אײַנצוטונקען די פֿעדער אין געװיסן." ניט נאָר זײַט איר געװען אַ װיכטיקע טריבונע פֿאַר ייִדיש און דער ייִדישער קולטור, נאָר איר האָט געהאַט דעם מוט צו זײַן אַ שטים פֿאַר יושר און גערעכטיקײט אויף דער װעלט בכלל און אין אונדזער ייִדישער מדינה בפֿרט. איר האָט געהאַט דעם מוט און דעם רוקנבײן אַרױסצוזאָגן אַ מאָל אומפּאָפּולערע אידעען און צו קוקן דעם אמת אין פּנים אַרײַן ווען אַנדערע האָבן זיך ניט געוואַגט.
ניט געקוקט אױף דעם אונטערשײד אין יאָרן און פּראַקטיק אָדער דערפֿאַרונג, און איבער אַזעלכע ענינים װי װעלכע װערטער זײַנען הײַנט כּשר און װעלכע טרײף מיר האָבן זיך אָפֿט חבֿריש דורכגעשריבן, האָט דער רעדאַקטאָר יצחק לודען מיך אַרומגענומען װי אַ גלײַכער קאָלעגע און װי אַ שותּף צום ענין. זײַן ענערגיע און זײַן התלהבֿות לגבי אונדזער קולטור און זײַן גרייטקייט מקרבֿ צו זײַן ייִנגערע מענטשן (עפּעס וואָס מע געפֿינט ניט, צום באַדויערן, בײַם עלטערן דור ( זײַנען געװען און װעלן בלײַבן אױף אײביק אַן אינספּיראַציע פֿאַר די פֿון אונדז װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש.
די זיסקײט און די ביטערקײט פֿון דער הײַנטיקער אונטערנעמונג פֿילט ער מסתּמא שטאַרקער פֿון אַלע אַנדערע. מיר, די מיטאַרבעטערס און לײענערס פֿון דעם זשורנאַל " אױפֿן שװעל " שיקן אונדזער דאַנק און באַװוּנדערונג פֿאַר אַלץ װאָס ער און די " לעבנס־פֿראַגן " האָבן אױפֿגעטאָן אין זײער רײַך שאַפֿערישן לעבן. שבֿע צוקער , רעדאַקטאָר - אויפֿן שוועל אויספֿיר־סעקרעטאַר - ייִדיש־ליגע.,
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען