| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
צווישן שַבֿיט און אָמאַר אין 2014
אדי מהלאל
דער ישׂראל-פּאַלעסטינער סיכסוך, אַחוץ גוואַלט און בלוט-פֿאַרגיסונג, דינט אויך ס'רובֿ ווי אַן אָנסופֿיקער קוואַל פֿון שאַפֿערישער פּראָדוקטיווקייט. צוויי קולטור- פּראָדוקטן פֿון דער לעצטער צײַט נעמען זיך אָן די צוויי צדדים פֿונעם סיכסוך: פֿון דער ישׂראלדיקער זײַט קומט דער "הארץ"- קאָלומניסט אַרי שבֿיט, מיט זײַן בעסטסעלערישן רײַזע-בוך „מײַן צוגעזאָגט לאַנד: דער טריִומף און די טראַגעדיע פֿון ישׂראל" ( My Promised Land: The Triumph and Tragedy of Israel ), און פֿון דער פּאַלעסטינער זײַט קומט אַ פֿילם, אַ קאַנדידאַט צו די "אָסקאַר"-פּריזן אין דער קאַטעגאָריע פֿון דעם "בעסטן פֿרעמדשפּראַכיקן פֿילם". דאָס איז דער פּאַלעסטינער פֿילם מיטן נאָמען "אָמאר". דער פֿילם באַשעפֿטיקט זיך מיטן פּאַלעסטינער קאַמף קעגן דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע, דורך דער געשיכטע פֿון איין יונגן העלד מיטן נאָמען אָמאַר. דער פֿאַרגלײַך צװישן די צוויי יצירות וועט אַפֿשר דערמעגלעכן מיט עפּעס װאָס צו כאַראַקטעריזירן דעם איצטיקן מאָמענט פֿונעם 120 יאָריקן סיכסוך — לאַחר מאה ועשׂרים שׁנה. האַני אַבו-אַסאַד, וואָס האָט דעם פֿילם "אָמאַר" פּראָדוצירט, געשריבן דעם סצענאַר און אויך רעזשיסירט, האָט שוין מיט זײַן ערשטן פֿילם "גן-עדן איצט" ( Paradise Now ) אין 2005 געהאַט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן טומל צו ווערן אַ קאַנדידאַט צום"אָסקאַר"-פּריז —יענער פֿילם האָט דערציילט װעגן צוויי פּאַלעסטינער חבֿרים, וואָס לעבן אונטער דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע אויפֿן מערבֿ-ברעג, און ווי אָט די שווערע ווירקלעכקייט פֿירט זיי ביידע צו דער שרעקלעכער לייזונג פֿון אַ טעראָריסטישער זעלבסטמערדערישער אַטאַקע אויף אַ ישׂראלדיקן אויטאָבוס. אין "אָמאַר", קערט זיך אַבו-אַסאַד, אַ געבוירנער אין נצרת (וווּ אַ טייל פֿון"אָמאַר" איז פֿילמירט געוואָרן), צוריק צו דעם פּאַלעסטינער ווידערשטאַנד אויפֿן מערבֿ-ברעג. דער יונגער אָמאַר ווערט צעריסן צווישן זײַן שטאַרקן ווילן זיך קעגנצושטעלן דער ישׂראלדיקער הערשאַפֿט, וואָס לאָזט אים נישט פֿירן קײן נאָרמאַל לעבן אין שאָטן פֿון דער אַפּאַרטהײַד-מויער און אַ מעכטיקער אַרמיי, און זײַן באַגער צו געפֿינען אַ בכּבֿודיקע אַרבעט-שטעלע ווי אַ בעקער און חתונה האָבן מיט זײַן געליבטער, לעבט ער אין אַ מין גיהנום: די ישׂראלים הערשן איבער יעדן אַספּעקט פֿון זײַן לעבן, און זיי רעאַגירן שאַרף קעגן יעדן סימן פֿון ווידערשטאַנד. ווען אָמאַר װערט אַרעסטירט, פּרובירן די ישׂראלים אים צו װערבירן ווי אַ מוסר קעגן זײַן אייגענעם פֿאָלק. די דראַמע וואָס אַנטוויקלט זיך, פֿירט די צוזעער צו דער מסקנא, אַז נישט געקוקט אויף די קליינע סיכסוכים צווישן די פּאַלעסטינער גופֿא, װערן זיי אַלע פֿאַרװאַנדלט אין מכשירים פֿון ישׂראלס שיטה פֿון "צעטייל און הערש". שׁבֿיט ברענגט אַרײַן זײַן פּאָלעמישן בײַטראָג צום ישראל-פּאַלעסטינער פֿאַרמעסט באַנוצנדיק דעם זשאַנער פֿון די „רײַזע-ביכער", וואָס איז נישט נײַ אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. שרײַבנדיק אַזאַ בוך טרעפֿט דער מחבר זיך אָן אויף כּלערליי ישׂראלים, און זײַן באַריכט שפּיגלט אָפּ די אַטמאָספֿער און די שטימונג אין דער אָדער יענער געוויסער תּקופֿה. דעם מחברס אײַנדרוקן זענען בבֿחינת די הויפּט-שטריכן, וואָס כאַראַקטעריזירן דעם פֿענאָמען "מדינת-ישׂראל", און בדרך-כּלל קומען זיי אַרויס אין ליכט פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכן, אידעיִשן אָדער פּאָליטישן קריזיס. עמוס אילונס "די ישׂראלים: גרינדערס און זײערע זין" ( The Israelis: Founders and Sons ) פֿון 1971 — הגם נישט קיין "רײַזע-בוך" פּער-סע — האָט פֿאַקטיש אינספּירירט די ווײַטערדיקע מחברים אינעם "רײַזע"-זשאַנער. אין יענע יאָרן, צווישן די מלחמות פֿון 1967 און 1973, האָבן געוויסע גרופּעס שוין באַגריפֿן, אַז באַלד קומט אַ נײַע קאַטאַסטראָפֿע, און ס'איז כּדאַי צו זיצן און אַרומרעדן מיטן אַנדערן צד צום סיכסוך, אַנשטאָט צו פּראַווען אייביק, ווי אַ חבֿרה נאַראָנים "די באַפֿרײַונג" פֿון נײַע ארץ-ישׂראלדיקע שטחים. די אַרכיוואַלע דאָקומענטן, אַנטדעקט אין די לעצטע יאָרן, באַווײַזן קלאָר-און-דײַטלעך ווי גאָלדע מאיר האָט געהאַט אָפּגעװאָרפֿן אין יענע יאָרן דעם זעלביקן עגיפּטישן שלום-פּלאַן, וואָס מנחם בעגין האָט מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער אָנגענומען, אָבער שוין פֿאַר דעם שווערן פּרײַז פֿון דער יום-כּיפּור מלחמה. אילון האָט צעטיילט זײַן בוך אויף צוויי טיילן: דער ערשטער טייל, די"גרינדערס", װעלכער רעדט אַ סך וועגן דעם מיזרח-אייראָפּעישן אָפּשטאַם פֿון די ציוניסטן און פֿון זייער סאָרט נאַציאָנאַליזם. ענדיקט זיך מיט מאַניע שוחט ( 1880-1961 ), אַן אָנפֿירערקע אין "פּועלי-ציון" און אין דער קיבוצישער באַוועגונג. איר צווייפֿלהאַפטע אויפֿפֿירונג אין צאַרישן רוסלאַנד פֿאַר איר אַנטלויפֿן פֿון דאָרט קיין ארץ-ישראל (נאָכן פֿאַרפּלאָנטערן זיך אין דער זובאַטאָװ-באַװעגונג פֿון דער צאַרישער "אָכראַנע" — אַ טרויעריק קאַפּיטל פֿאַר זיך) קען דינען ווי אַ מוסטער פֿון דער סתּירותדיקער טבֿע פֿון די סאָציאַליסטן-נאַציאָנאַליסטן. זי און אירע אָנהענגערס האָבן תמימותדיק געגלויבט, אַז דער ציוניזם וועט פֿאַרבעסערן די לאַגע פֿון די אַראַבער אין פּאַלעסטינע און אַז "די אײַנגעזעסענע” תּושבֿים וועלן שוין משלים זײַן מיטן ציוניזם װען דאָס װעט פֿאַרבעסערן זייער לעבן-סטאַנדאַרד. ווי אַזוי וועט דער לעבן-סטאַנדאַרד פון די פּאַלעסטינער זיך פֿאַרבעסערן אין זכות פֿון דעם ציוניזם? די זעלביקע באַוועגונג וואָס איז פֿאַקטיש פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם באַזעצן און באַהערשן מיט געלט און מיט כוח זײערע באָדנס און זייער טעריטאָריע, — דאָס איז טאַקע א קשיא. דער צווייטער טייל אין אילונס בוך, "די זין", דערמאָנט למשל אַז בן-גוריון האָט געשטיצט אַ צוריקצי פֿון די 67 -שטחים. דערצו באַשטעטיקט זיך אַלץ מער דער פֿאַקט, אַז די ייִדישע אײַנװאַנדערער און פּליטים, וואָס האָבן געהאַט געזוכט אַ מקום-מיקלט אין ארץ-ישׂראל, האָבן אַנשטאָט דעם געפֿונען אַן אייביקן קאָנפֿליקט, "אַנשטאָט דעם שלום — אַ מלחמה אָן אַ סוף". עמוס עוזס „פּה ושם בארץ-ישׂראל" (דאָ און דאָרט אין ארץ-ישׂראל) איז נאָך אַ באַקאַנטער בײַשפּיל פֿון דעם זשאַנער. דאָס בוך פֿון דעם באַרימטן שרײַבער איז אַרויס אין 1983, אויפֿן סמך פֿון די צונויפֿגעשטעלטע אינטערוויוען, וואָס עמוס עוז האָט אַדורכגעפֿירט סוף-1982, אָנהייב-1983, כּלומר, בעת דער טראַומאַטישער מלחמה אין לבֿנון. יענע מלחמה האָט שוין אויף און אָט גייען פֿאַרבײַ נאָך דרײַסיק יאָר, דער ישׂראל-פּאַלעסטינער סיכסוך גייט נאָך אַלץ אָן, און די ספֿקות לגבי דעם ציוניסטישן חלום װאַקסן, באַזונדערס צווישן דער אינטעליגענץ און די מער געבילדעטע שיכטן. קומט שׁבֿיט, אַ ליבעראַלער ציוניסט אין אַלע זײַנע רמ״ח אבֿרים, מיט זײַן "צוגעזאָגטן לאַנד", און זאָגט צו מיט עפּעס צו באַנײַען. און טאַקע, מה-נשתּנה? וואָס פֿאַר אַ נאָווינע ברענגט מיט זיך שַבֿיט, וואָס לעצטנס איז ער גאָר פֿאַרנומען מיט זײַן „בוק-טור" איבער אַמעריקע (איך אַליין האָב אים געהערט אין מערילענד-אוניווערסיטעט), ווערנדיק דערמיט אַ נײַער ליבלינג פֿון די הויפּט-שטראָמיקע ליבעראַלע אַמעריקאַנער ? קודם-כּל, געפֿינט זיך אין שבֿיטס בוך אַ פּרטימדיקע באַהאַנדלונג פֿון דער "נאַקבאַ", עפּעס וואָס איז למשל אַפֿילו נישט פֿאַראַן אין אַבו-אַסאַדס פֿילמען. אויב בטבֿע פֿלעגן די ליבעראַלע ציוניסטן איגנאָרירן די 1948-מלחמה און איר ראָלע עד-היום-הזה אינעם פֿאַרלענגערן דעם סיכסוך, קומט שבֿיט און ווידמעט אַ גאַנץ לאַנגן קאַפּיטל די געשעענישן אין דער שטאָט לוד. "לידאַ" — אַזוי רופֿן די פּאַלעסטינער, און אַזוי הייסט טאַקע דאָס קאַפּיטל, "לידאַ, 1948". שבֿיט שילדערט דאָרט פּרטימדיק "די ציוניסטישע אינוואַזיע" אויף די טעריטאָריעס פֿון לידאַ פֿון האַרבסט 1903 ביזן זומער 1948. ער באַשרײַבט ווי די שטאָט האָט געבליט און ווי זי איז מאָדערניזירט געוואָרן צווישן די צוויי וועלט-מלחמות און פֿאַרן יאָר 1948. יולי 1948, צוויי חדשים נאָך דער גרינדונג פֿון מדינת-ישׂראל, באַשליסט דער ערשטער ישׂראל-פּרעמיער, דוד בן-גוריון, פֿאָרויסצוגיין מיט אַ פּלאַן צו באַזעצן די שטאָט לידאַ. אַ מיליטערישער כּוח, בראָש מיטן קאָמאַנדיר משה דיין, אַטאַקירט לידאַ אַ וואָך שפּעטער און נעמט שיסן בלינדער-הייט אין אַלע ריכטונגען. די רעזולטאַטן פֿון יענעם פּאָגראָם (ווייניקער פֿון איין שעה): איבער 100 ציווילע אַראַבער — פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט — זענען דערהרגעט געוואָרן. " דעם אָוונט איז לידאַ אָקופּירט געוואָרן דורכן ציוניזם", שרײַבט שבֿיט. דעם אַנדערן טאָג, נאָך אַ ווילדער שיסערײַ מצד די ישׂראלים, זענען נאָך 200 ציווילע אַראַבער דער- הרגעט געוואָרן. נאָך דער לידאַ-שחיטה, מאַכט בן-גוריון אַ באַוועגונג מיט דער האַנט, און זאָגט צום גענעראַל יגאל אַלון: ׳דעפּאָרטירט זיי׳. אין גאַנג פֿון איין לאַנגן טאָג זענען צענדליקער טויזנטער פּאַלעסטינער אַראַבער באַצוווּנגען געוואָרן צו פֿאַרלאָזן זייערע היימען. "אין אַ לאַנגער מענטשלעכער שורה זענען זיי נעלם געוואָרן אויף מיזרח" (זז’ 107-108.( "45 יאָר נאָכן אָנקומען אינעם לידאַ-טאָל אין נאָמען פֿון דעם קישינעווער פּאָגראָם, אינצייִרט דער ציוניזם אַ מענטשלעכע קאַטאַסטראָפֿע אין דעם לידאַ-טאָל. 45 יאָר נאָכן אָנקומען פֿון ציוניזם אין דעם טאָל אין נאָמען פֿון די היימלאָזע, האָט ער פֿאַרשיקט פֿון דעם לידאַ-טאָל אַ מאַרש פֿון היימלאָזע." (ז' 132) איז אָבער וויכטיק וואָס שׁבֿיט פֿירט אויס אין זײַן בוך. אַזאַ מין אָנערקענונג אין די שחיטות און גוואַלדטאַטן און אין ישׂראלס אַחריות אין שאַפֿן די פּליטים-פּראָבלעם, בפֿרט מצד ליבעראַלע ציוניסטן, איז אַ געוווּנטשענע זאַך. מע טאָר נישט פֿאַרגעסן, אַז דער ציוניזם איז געקומען אויפֿן חשבון פֿון די פּאַלעסטינער, די אָײַנגעזעסענע תּושבֿים פֿונעם לאַנד. אָבער צו וואָסערע אויספֿירן קומט שבֿיט נאָך זײַנע "נײַע" אַנטפּלעקונגען, וואָס זענען בעצם אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, חוץ פֿאַנאַטישע קרײַזן און פֿאַר די װאָס װילן נישט זען און נישט הערן? שביט חזרט אָבער איבער די זעלבע אָפּגעלעבטע תירוצים און פֿראַזעס: אַ שלום איז נישט ממש מעגלעך, ישׂראל איז אַ קליין לאַנד באַדראָט פֿון אַלע זײַטן, דאָס לעבן דאָרט איז שווער — און דאָך: ווי אייגנאַרטיק איז עס! די ביבל! דאָס ישׂראלדיקע פֿאָלק איז אַזוי לעבהאַפֿטיק, אַזוי װיטאַל! "דער ציוניזם איז געקומען אויפֿצוריכטן, רעגענע-רירן די יידישע וויטאַליטעט" (ז' 419), אאַז"וו. איז, אויפֿטרעטנדיק מיט זײַן פּראָגרעסיוון אָנשטעל צילט שבֿיט בפּועל צו פֿאַרנעפּלען די יסודות פֿונעם סיכסוך, דאָס הייסט, דעם קאָלאָניאַליסטישן כאַראַקטער פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער באַוועגונג ; עפּעס וואָס דערקלערט דאָך ישׂראלס (נישט-צײַטווײַליקע) שליטה און קאָלאָניזירונג פֿון די שטחים, דעראָבערטע אין יוני 1967.ישׂראל האָט אירע שׂונאים, אָבער ווער זאָגט עס אַז זי איז די "צום מערסטן באַדראָטע מדינה", ווי שַבֿיט באַשרײַבט זי? שׁבֿיט קומט אָבער נישט צו די לאָגישע און ניכטערע מסקנות. פון די מלוכישע אינסטאַנצן שוין אָפּגערעדט ; ווערט דעריבער דער צוגאַנג פֿון אַ שלום באַזירט אויף צוויי-מדינות" צוביסלעך צונישט און צערונען מיט יעדן פֿאַרבײַגייענדיקן טאָג, און אויף זײַן אָרט פֿאַרשטאַרקט זיך בײַ דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג די נטיה זיך צוריקצוקערן צום באַװאָפֿנטן װידער-שטאַנד װי די איינציקע ברירה װאָס בלײבט זײ זיך צו באַפֿרײַען פון דער אָקופּאַציע און אויסצוקעמפֿן פֿאַר זיך אַן אומאָפּהענגיקע מדינה. און אַלץ קערט זיך װידער צוריק צום אַלטן. נאָר די געפֿאַר וואָס דראָט דעם קיום פֿון ישראל, האַלט אין איין שטײַגן און װאַקסן.
ישׂראלס חלק אין פֿאַרלענגערן דעם סיכסוך איז דאָך שוין קלאָר װי דער טאָג פֿאַר דער וועלטס דעת-הקהל. דער פֿאַקט אַז אַ פּאַלעסטינער פֿילם ווי "אָמאַר", וואָס טײַטלט מיטן פֿינגער אויף ישׂראל ווי דעם אַגרעסיוון אָקופּאַנט דערגרייכט צו אַזאַ הצלחה, איז נישט קיין חידוש. דאָס איז גאָר די אָנגענומענע מײנונג איבער דער וועלט. פֿאַקטיש איז ישׂראלס מזל װאָס די פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט, און די וועלט אין אַלגעמיין, פֿאָדערן נישט דעם פֿולן צוריקקער פֿון די פּליטים ; און דאָס שפּיגלט זיך אָפּ דורכן פֿאַקט אַז די פּליטים ווערן נישט דערמאָנט אין דעם פּאַלעס טינעזישן פֿילם "אָמאַר". (אויף אַראַביש אַ נאַציאנאַלע קאַטאַסטראָפֿע - אַ שריט, וועלכן שׁבֿיט באַגרײַפֿט נישט), כאָטש מיט אַ דערקלערונג, און אַפֿילו אַרײַנצולאָזן כאָטש אַ טייל פּליטים, לידאַס פּליטים בתוכם — בעט זיך פֿון שַבֿיטן, און פֿון ישׂראל בכלל. דאָס וועט זײַן אַ פּאָזיטיווער שריט, וואָס איז בכּוח צו ראַטעווען דעם שלום באַזירט אויף צוויי מדינות.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען