| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ווערטער פֿאַר יוליע
ייִדיש: יַעד בירַן כאָזע אַגוסטין גויטיסאָלאָ
דו קענסט זיך נישט צוריקקערן ווײַל דאָס לעבן שטויסט דיך ווי דאָס אָנסופֿיקע ווויען.
טאָכטער מײַנע, ס'איז בעסער צו לעבן מיט אַ מענטשנס פֿריידן איידער װײנען פֿאַר אַ בלינדער מויער.
דו וועסט זיך פֿילן פֿאַרקלעמט, וועסט זיך פֿילן עלנט, פֿאַרלוירן - וואָלסטו בעסער אפֿשר וועלן נישט צו װערן געבוירן.
איך ווייס זייער גוט, זיי וועלן דיר זאָגן אַז דאָס לעבן האָט קיין צװעק נישט אַז עס איז אַן אומגליקלעכער עסק.
זאָלסטו שטענדיק געדענקען וואָס כ'האָב אַמאָל דיר געשריבן מיינענדיק דיך ווי איך מיין דיך אַצינד.
דאָס לעבן איז שײן, דו װעסט דאָס באַלד זען, אַז טראָץ אַלע האַרבקייטן טריבע װעסטו האָבן פֿרײַנד, װעסטו האָבן ליבע.
אַן אײנצלנער מענטש, אַ מאַן צי אַ פֿרוי יעדער איינער באַזונדער איז װי גאָרנישט, װי שטויב.
אָבער ווען איך רעד צו דיר, ווען איך שרײַב דיר אָט די ווערטער, טראַכט איך װעגן אַנדערע מענטשן.
דײַן גורל איז מיט די אַנדערע, דײַן צוקונפֿט איז דײַן אייגן לעבן, דײַן װערדע איז װי יעדן איינעמס.
אַנדערע האָפֿן דו זאָלסט בײַשטיין, דײַן גליק זאָל זיי העלפֿן, דײַן ליד צווישן זייערע לידער. זאָלסטו שטענדיק געדענקען וואָס כ'האָב דיר דעמאָלט געשריבן מיינענדיק דיך ווי איך מיין דיך אַצינד.
זאָלסט קײנמאָל נישט אויפֿגעבן, קיינמאָל נישט אָפּשטיין בײַם זײַט פֿון דעם וועג, זאָג נישט קיינמאָל איך קען נישט מער, כ'בלײַב דאָ.
דאָס לעבן איז שײן, דו װעסט דאָס באַלד זען, אַז טראָץ אַלע האַרבקייטן טריבע װעסטו האָבן פֿרײַנד, װעסטו האָבן ליבע.
פֿאַר אַלדאָס אַנדערע ז'קיין ברירה נישטאָ און דאָס איז די װעלט - ווײַל אַזוי איז באַשערט, װאָס דו ירשענען װעסט.
זײַ מיר מוחל, איך ווייס נישט װאָס נאָך דיר צו זאָגן, נאָר דו דאַרפֿסט פֿאַרשטײן, אַז כ'בין נאָך אַלץ אויפֿן וועג.
זאָלסטו שטענדיק געדענקען וואָס כ'האָב דיר דעמאָלט געשריבן מיינענדיק דיך ווי איך מיין דיך אַצינד.
כאָזע אַגוסטין גויטיסאָלאָ (באַרצעלאָנע,1999-1928) איז געווען אַ שפּאַנישער דיכטער פֿון דעם "דור פֿון די פֿופֿציקער", די פּאָעטן וואָס זענען די קינדער פֿון דער בירגער-מלחמה און האָבן געשריבן אין דער תּקופֿה פֿון פֿראַנקאָס דיקטאַטור. גויטיסאָלאָס מוטער איז דערהרגעט געוואָרן אין דער באָמבאַרדירונג פֿון באַרצעלאָנע אין 1938, - אַ טראַומע וואָס האָט אים באַגלייט זײַן גאַנץ לעבן. ער האָט גערופֿן זײַן טאָכטער יוליע, נאָך זײַן מוטער.
דאָס ליד "ווערטער פֿאַר יוליע" איז איינס פֿון זײַנע באַוווּסטע לידער. דער שפּאַנישער זינגער פּאַקאָ איבאַניעז האָט קאָמפּאָנירט מוזיק פֿאַר אים און עס װערט געזונגען אויך פֿון אַ סך אַנדערע זינגערס. אין דער צײַט פֿון די פֿאַשיסטישע איבערקערענישן אין דרום-אַמעריקע (טשילע, אַרגענטינע און אָרוגוואַי) האָט מען עס געזונגען אין די תפֿיסות ווי אַ ליד פֿון הומאַניזם און האָפענונג טראָץ אַלעם.
י.ב.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען