די געהיימע. בונדישע פּרעסע אין געטאָ
דער "בונד" האָט אַרויסגעגעבן אין וואַרשעווער געטאָ די גרעסטע צאָל קאָנספּיראַטיווע צײַטשריפֿטן.
אין די יאָרן 1940 און 1941 דערשײַנט דער בונדישער אָרגאַן ביולעטין ווי אַ חודש-אויסגאַבע אין דער ייִדישער שפּראַך. שפּעטער, אין יאָר 1942, גייט אַרויס דער וועקער, שוין װי אַ וואָכנצײַטונג. גלײַכצײַטיק דערשײַנט אין דער פּוילישער שפּראַך די בונדישע צײַטשריפֿט a Naszą IZ WasząWolność - פֿאַר אונדזער און אײַער פֿרײַהייט, דער טעאָרעטישער אָרגאַן צײַטפֿראַגן, צוויי צײַטשריפֿטן פֿון דער בונדישער יוגנט-אָרגאַניזאַציע צוקונפֿט: יוגנט-שטימע אויף ייִדיש און אויף פּויליש Trybuna Młodych — די יוגנט-טריבונע. עס דערשײַנען אויך אין יאָר 1942 ווי איינצל-אויסגאַבעס דער גלאָק און שטורעם, און אין סעפּטעמבער 1942, שוין נאָך דער ערשטער "אַקציע", - אויף דער וואַך. צענדליקער יונגע בונדישע קאָלפּאָרטערן האָבן פֿאַרשפּרייט די פֿאַרצווײַגטע בונדישע פּרעסע צווישן טויזנטער געטאָ-אײַנוווינער. ווי עס גיבן איבער די בײַם לעבן געבליבענע בונדישע געטאָ-טוערס זענען אין וואַרשעווער געטאָ געווען העכער טויזנט אַקטיווע בונדישע פּאַרטיי-חבֿרים. אין די בונדישע פּאַרטיי‑פֿאַרזאַמלונגען און פֿײַערלעכע קאָנספּיראַטיווע אַקאַדעמיעס (דעם1-טן מאַי, צו די בונדישע יובֿל‑דאַטעס א"אַ) האָבן אָנטיילגענומען העכער 2000 פּאַרטיי-חבֿרים און סימפּאַטיקער, די איבערוויגנדיקע מערהייט פֿון זיי איז אומגעקומען בעת דער גרויסער אַקציע אין 1942-סטן יאָר. געבליבן בײַם לעבן איז אַ ברוכטייל."