| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
די אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם אונטערערדישן "בונד"
אין די אויגן פֿון אַן אידעיִשן קעגנער
אַ לענגערע צײַט איז די צענטראלע פּערזענלעכקייט אין געטאָ גע װ ען מ אַ וריצי אָ זשעך, װ עגן װ עלכן בערמאַן האָט נישט געהאַט קײן געהויבענע מיינונג. ער האָט געשטאַמט פֿון אַ רײַכער חסידישער משפּחה אָבער אין זײַנע יוגנט-יאָרן זינט 1907 איז ער צוגעטראָטן צום סאָציאַליסטישן "בונד" אין איז געװען איינער פֿון די אַקטיװע טוערס, אַ זשורנאַליסט און פּובליציסט. אַ געװיסע צײַט דער רעדאַקטאָר פון דעם בונדישן אָרגאַן "לעבנס-פֿראַגן", האט זיך ספּעציאַליזירט אין עקאָנאָמישע און מוניציפּאַלע פּראָבלעמען. געװען ראַטמאַן אין װאַרשעװער שטאָטראַט און מיטגליד פֿון דער קהילה-פֿאַרװאַלטונג, װי אויך פֿאָרזיצער פֿון בונדישן האַנט-װערקער-פֿאַראײן. אויך אין געטאָ איז אָזשעך געװען איינער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון דער אונטערערדישער בונדישער פּרעסע אין דער ייִדישער און פּוילישער שפּראַך, אַ מיטגליד פֿון דעם געהיימען געזעלשאַפֿטלעכן ראַט פֿון "דזשאָינט" און פֿון דער ייִדישער סאָציאַלער אַלײנהילף. װען ס'האָט אָנגעהויבן רײַף צו װערן דער געדאַנק פֿון אַן אַלגעמײנער געמײנזאַמער אָרגאַניזאַציע פֿאַר אַן אַקטיװן װידערשטאַנד סוף מערץ 1942, איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ פֿון אַלע סאָציאַליסטישע פּאַרטײען אין געטאָ. אָזשעך, אין נאָמען פֿון "בונד", האָט אָפּגעװאָרפֿן דעם דאָזיקן געדאַנק. ער האָט דאַן פֿאַרטראָטן די שטײַפֿע בונדישע שטעלונג פֿון נישט װעלן מיטאַרבעטן מיט אַנדערע פּאָליטישע ריכטונגען, באַזונדערס מיט ציוניסטן און מיט קאָמוניסטן. ער האָט זיך אויך באַנוצט מיטן אַרגומענט, אַז דער װידערשטאַנד איז מעגלעך נאָר צוזאַמען מיט פּוילישע סאָציאַליסטישע כחות. דער "בונד", מיט אָזשעכן בראָש, האָט אויך אָפּגעװאָרפֿן דעם פֿאָרשלאַג זיך צו באַטײליקן אין דעם דאַן געשאַפֿענעם אַנטי-פֿאַשיסטישן בלאָק אַפֿילו אויף דער דרינגענדיקער אַלגעמײן-געזעלשאַפֿטלעכער קאָנפֿערענץ גלײַך נאָכן אויסברוך פֿון דער גרויסער אויסזידלונגס-אַקציע איז אָזשעכס ראָל בײַם באַטראַכטן דעם פֿאָרשלאַג צוצוטרעטן צו אַ געמײנזאַמען אַקטיװן װידערשטאַנד געװען אַ העמענדיקע. ער האָט זיך אויך באַנוצט מיטן אַרגומענט, אַז דער װידערשטאַנד איז מעגלעך נאָר צוזאַמען מיט פּוילישע סאָציאַליסטישע כוחות.אין דער צײַט פֿון דער גרויסער אַקציע איז אָזשעך אַריבער אויף דער אַרישער זײַט. שפּעטער האָט ער געפּרוּװט אַנטלויפֿן קײן אויסלאַנד. ער איז אָבער אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון דער געסטאַפּאָ און איז אין אויגוסט 1943 געװאָרן דערשאָסן. אָן אַ פֿאַרגלײַך סימפּאַטישער פֿון אָזשעכן איז געװען דער צװײטער מנהיג פֿון אונטערערדישן "בונד" אינזש. אבֿרהם (אַבראַשאַ) בלום. געבוירן אין װילנע, איז אויך ער פֿון זײַנע יוגנט-יאָרן געװען אַ בונדיסט. אַ רויִקער און באַהערשטער, אַן ערנסטער און האַרציקער מענטש, איז ער געװען אין געטאָ זײער באַליבט. אויך איך בין געװען מיט אים באַפֿרײַנדעט. ער האָט אַ סך בעסער פֿון אָזשעכן פֿאַרשטאַנען, אַז אין די באַדינגונגען פֿון געטאָ און אין אָנבליק פֿון טויט-געפֿאַרן מוז דער "בונד" ענדערן זײַנע שטעלונגען און צוזאַמען מיט אַנדערע פּאַרטײען און אָרגאַניזאַציעס אָנטיילנעמען אין אַ געמײנזאַמען װידערשטאַנד-קאַמף. נאָך דער גרויסער אַקציע, אָקטאָבער 1942, איז דער "בונד" מיט אַבראַשאַ בלומען בראָש צוגעטראָטן צו דער געמײנזאַמער ייִדישער קאַמפֿס-אָרגאַניזאַציע. צוזאַמען מיט יצחק צוקערמאַן און מנחם קירשנבוים איז ער געװאָרן א מיטגליד אין פּרעזידיום פונעם קאָאָרדיניר-קאָמיטעט פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. ער האָט אַקטיװ זיך באַטײליקט אין די צוגרײטונגען צום אויפֿשטאַנד. נאָך דעם אויפֿשטאַנד איז אַבראַשאַ בלום אומגעקומען אויף דער אַרישער זײַט. צו דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון "בונד" האָבן אויך געהערט סאָניע נאָװאָגרודזקאַ, מיט װעמען איך בין געשטאַנען אין קאָנטאַקט אין שײַכות מיטן געהײמען שולװעזן, װי אויך אליעזר (לוּזער) קלאָג און בערנאַרד גאָלדשטיין, און אויך דער מוטיקער בונדישער טוער און קעמפֿער פֿון דער ייִנגערן דור אַברהם (בערעק) שנײַדמיל, מיט װעמען איך בין געװען אין באַזונדערס פֿרײַנטשאַפֿטלעכע באַציִונגען. ער איז געפֿאַלן אין קאַמף בעת דעם אויפֿשטאַנד אין געטאָ אָנהײב מאי 1943. דער "בונד" איז געװען אַקטיװ אויף פֿאַרשײדענע געביטן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. ער האָט פֿאַרמאָגט אַ רײ פֿאָלקס-קיכן פֿאַר דערװאַקסענע און קינדער. בונדישע טוערס האָבן אָנטײלגענומען אין דער פֿארצװײַגטער טעטיקייט פֿון דער ייִדישער סאָציאַלער אַלײנהילף. אײנער פֿון די אַקטיװסטע צװישן זײ איז געװען דוד כאָלאָדענקאָ, װעלכער האָט זיך באַטײליקט אין דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג נאָך אין יאָר 1905. װען עס האָט זיך געשאַפֿן די ייִדישע קאַמפֿס-אָרגאַניזאַציע איז ער געװען אַ מיטגליד פֿון איר ברײטן געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט. די בונדישע ציש"אָ-שולן זענען געשטאַנען אויף אַ הויכן ניװ"אָ און האָבן, אַזוי װי די באָראָכאָװ-שולן פֿון די "לינקע פּוּעלי ציון", אָנטײלגענומען אין די גרויסע קינסטלערישע קולטור-אימפּרעזעס פֿון צענטאָס, מיטן אָנטײל פֿון הונדערטער קינדער פֿון אַלע אנשטאַלטן און שולן. די "צוקונפֿט"-אָרגאַניזאַציע האָט פֿאַרמאָגט אַ שײנעם יוגנט-כאָר און דראַמאַטישע קרײַזן. בונדישע טוערס האָבן זיך באַטייליקט אין דער קאָנספּיראַטיװער ייִדישער קולטור-אָרגאַניזאַציע (ייִקאָ"ר). צװישן זײ האָט זיך אויסגעצײכנט װי אַ פֿעיִקער פּרעלעגענט אויף ליטעראַרישע און קולטור-טעמעס בנימין װיראָװסקי. דער "בונד", װעלכער האָט פֿאַר דער װעלט-מלחמה מיטגעאַרבעט מיט דער פּוילישער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ (פּ.פּ.ס.), האָט זיך באַמיט אויך אין דער געטאָ-צײַט צו שטײן אין פֿאַרבינדונג מיט דער פּוילישער סאָציאַליסטישער באַװעגונג. מיר איז אויסגעקומען אַ לענגערע צײַט מיטצואַרבעטן מיטן "בונד" אויף דער אַרישער זײַט. דער הויפּט-פֿירער פֿון בונד איז דאַן געװען ד"ר לעאָן פֿײַנער (מיקאָלאַי). איך דערמאָן אים מיט אַ געפֿיל פֿון דרך-ארץ. ער איז געװען אַן אַלטער בונדישער טוער פֿון קראָקע, אַ מיטגליד פֿון בונדישן צ"ק, אײנער פֿון די פֿירער פֿון דעם לינקן פֿליגל אין "בונד". פֿון באַרוף אַן אַדװאָקאַט. געװען קולטורעל, עלטער פֿון מיר מיט 20 יאָר. מיר האָבן זיך בונדישער ראַטמאַן אין קראָקעװער שטאָטראַט פֿאַר דער מלחמה, געפֿירט אַן ענערגישן און העפֿטיקן קאַמף קעגן פֿאַשיזם און אַנטיסעמיטיזם. די פּוילישע סאַנאַציע-הערשער האָבן אים פֿאַרשפּאַרט פֿינף װאָכן אין דעם שרעקלעכן פּוילישן קאָנצענטראַציע-לאַגער קאַרטוז-בערעזע. איך האָב אים באַקענט אויף דער "אַרישער זײַט". אויסגעזען האָט ער װי אַ פּוילישער אַדלמאַן, אַ "שלאַכטשיץ", געװען ענערגיש, אינטעליגענט און קעגנזײַטיק גוט פֿאַרשטאַנען און צוזאַמענגעאַרבעט האַרמאָניש סײַ אין דעם קאָאָרדיניר-קאָמיטעט און סײַ אין "זשעגאָטאַ", דעם ראַט פֿאַר העלפֿן ייִדן אין דער צײַט פֿונעם אויפֿשטאַנד, װען מיר האָבן אַלאַרמירט די װעלט און אַרויסגעשיקט דורך פּוילישע אונטערערדישע אָרגאַניזאַציעס געמײנזאַמע טעלעגראַמעס און װענדונגען. אויך נאָך דעם אויפֿשטאַנד האָבן מיר צוזאַמען אונטערגע-שריבן אַ סך דאָקומענטן: ער אונטער דעם פּסעװדאַנים "בערעזאָװסקי", און איך אַלס "אַדאַם באָראָװסקי. מיר האָבן אַזוי מיטגעאַרבעט ביז דער באַפֿרײַונג. קורץ נאָך דעם, אין פֿעברואַר 1945 איז ער געשטאַרבן פֿון אַ קאַנסער-קראַנקהײט. װען איך האָב אים באַזוכט אין שפּיטאָל האָבן מיר האַרציק געשמועס און דערמאָנט די געמײנזאַמע דראַמאַטישע איבערלעבונגען. בעת זײַן לװיה האָב איך אים געזעגנט מיט אויפֿריכטיקן פּערזענלעכן צער און אין נאָמען פון דעם נאָרװאָס געשאַפֿענעם צענטראַל-קאָמיטעט פֿון די ייִדן אין פּוילן. "מיט דרך-ארץ" — שרײַבט בערמאַן אין זײַן בוך — "װיל איך דערמאָנען בונדישע טוערס און קעמפֿער פֿון דער ייִדישער קאַמפֿס-אָרגאַניזאַציע. דער בונדישער יונגער צוקונפֿטיסט מאַרעק עדעלמאַן, איינער פֿון די געצײלטע פֿאָרשטייער אין דער קאָמענדאַנטור איז געװען דער בונדישע געטאָ-קעמפֿער, װאָס איז געבליבן לעבן. בראָש פֿון די פיר בונדישע קאַמפס-אָפּטיילונגען זענען געשטאַנען װעלװל ראָזאָװסקי, לײבל גרוזאַלץ, דוד האָכבערג און יורעק בלאָנעס. אויך זײַן ייִנגערער ברודער, דער 13-יאָריקער אליעזר (לושיעק) בלאָנעס, איינער פֿון די ייִנגסטע געטאָ-קעמפֿער, און אויך זײער שװעסטער גוטאַבל אָ נעס זענען געװען אַקטיװ אין דעם אויפֿשטאַנד. איינע פֿון די העלדישע בונדישע געשטאַלטן איז געװען דער אינזשיניער מיכאל קלעפּפֿיש. אַן אויסער-געװײנלעך מוטיקער מענטש, געשטעלט פֿאַר זיך אַ ציל — צו שאַפֿן פֿאַר די קעמפֿער װאָס מער געװער און אַמוניציע. אַדאַנק דער הילף פֿון פּוילישע סאָציאַליסטן געלינגט אים צו ברענגען פֿון דער אַרישער זײַט אַמוניציע און אויפֿרײַס-מאַטעריאַל און שאַפֿט אין געטאָ געהײמע װאַרשטאַטן צו פּראָדוצירן באָמבעס און מאָלאָטאָװ-פֿלעשער. װען עס ברעכט אויס דער אויפֿשטאַנד קעמפֿט קלעפּפֿיש אויף דעם בערשטלער-געביט אין דער אָפּטײלונג פֿון יורעק בלאָנעס. ער איז געפֿאַלן אין 'קאַמף דעם 20-סטן אַפּריל 1943. איינער פֿון די מוטיקסטע בונדישע קעמפֿער איז געװען זלמן (זיגמונט) פֿרידריך. איך האָב אים פּערזענלעך גוט געקענט. ער איז געװען אײנער פֿון די ערשטע קאָנספּיראַ- טיװע טוערס, װאָס האָט נאָך אין די ערשטע טעג פֿון דער גרויסער אַקציע באַזוכט דעם ראַיאָן פֿון דעם דאָרף טרעבלינקע. ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט פּוילישע באַן-אַרבעטער און געבראַכט אין געטאָ די זיכערע ידיעה, אַז "טרעבלינקע באַטײַט טויט". נישט אַלע אין געטאָ האָבן אים דאַן געגלויבט. ער איז געװען אַ זעלנער אין דער פּוילישער אַרמײ, האָט אָנטײלגענומען אין די קאַמפֿן קעגן דער דײַטשישער ווערמאַכט אין סעפּטעמבער 1939 און געבראַכט מיט זיך אין דער ייִדישער קאַמפֿס-אָרגאַניזאַציע אַ געװיסע מיליטערישע דערפֿאַרונג. ער איז געװען אַקטיװ אין דעם אויפֿשטאַנד, און װען דער גאַנצער געטאָ האָט שוין געברענט, איז ער, צוזאַמען מיט שמחה ראָטהײַזער (קאַזשיק) אַריבער דורך די קאַנאַלן אויף דער אַרישער זײַט און דאָרט אַקטיװ געהאָלפֿן אַרויסצופֿירן דורך די קאַנאַלן צענדליקער געטאָ-קעמפֿער אויף דער אַרישער זײַט. שפּעטער אומגעקומען מיט אַ גרופּע קעמפֿער נישט װײַט פֿון װאַרשע
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען