| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
בײַם פֿאַריתומטן טעלעפֿאָן
רבֿקה באַסמאַן בן-חיים (2014)
דו זיצסט בײַ אַ טרוקענעם ברונעם, קיין טראָפּן ניטאָ צום דערקוויקן, צי דען ווערט טרוקן אַ וועלט מיט גאָר די געוועזענע גליקן -
צו וועמען איך קלינג איז קיינער ניטאָ, אַוווּ זײַנען אַלע פֿאַרשוווּנדן? אַפֿילו מײַן דאָקטער קאָן אויך שוין ניט מער פֿאַרהיילן די אייגענע וווּנדן.
גיי איך אַרויס אַליין צו דער זון, און פֿרעג ניט, און רייד ניט, און שווײַג, אַ גליק וואָס אין גאָר דעם פּוסטן אַרום איז די זון, נאָך װאָ ס אפֿשר פֿאַרבלײַבט.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען