| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
װוּהין גייט אַמעריקע?
מ–ס, ניו-יאָרק
די אָפּטימיסטישע שטימונגען װי די פֿון אַרום נײַ-יאָר האָבן זיך אויסגעװעפּט — און פּעסימיזם בנוגע דער מעגלעכקייט פֿון די דעמאָקראַטן אָנצוהאַלטן זײער מערהײט אין אַמעריקאַנעאר סענאַט איז איצט דער דאָמינירנדיקער אַספּעקט פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק. אָבאַמאַס אײַנגעהאַלטענער ענטפֿער אויף דעם קריזיס אין אוקראַיִנע און זײַן קאַטאַסטראָפֿאַלער אַרײַנטריט אין זײַן געזונטהײטס-פּראָגראַם האָבן אַראָפּגעמינערט זײַן השפּעה אין לאַנד און דער "אינדעקס פֿון זײַן פּאָפּולאַריטעט" איז געפֿאַלן אויף װײניקער פֿון 50% אין די לעצטע פּובליק-טעסטן. דאָ, אין ליבעראַלן ניו-יאָרק, איז שװער געװען צו באַגרײַפֿן װי אַזוי די װײַלער אין מיטל-אַמעריקע קענען גאָר טראַכטן װעגן אידענטיפֿיצירן זיך מיט די רעפּובליקאַנער און מיט זײערע עקסטרעמיסטישע שטעלונגען. אָבער דער רעפּובליקאַנער נצחון אין די צוגאָב-װאַלן אין פֿלאָרידע באַװײַזט, אַז אַזעלכע שטימונגען זײַנען בנמצא אין לאַנד. און כאָטש ס' איז פֿאַראַן אַ געפֿאַר, אַז די רעפּובליקאַנער זאָלן אין נאָװעמבער 2014 געװינען די מערהײט דעפּוטאַטן אין בײדע קאַמערן פֿון אַמעריקאַנער קאָנגרעס — און אין אַזאַ פֿאַל װעלן זײ זיכער אָפּשטימען צו אַנולירן דעם געזונטהײטס-געזעץ — װעט אָבער דער געזעץ זיכער װײַטער בלײַבן, מחמת דער זיכערקייט פֿון אַבאַמאַס װעטאָ. אַפֿילו די גרעסטע אָפּטימיסטן צװישן די רעפּובליקאַנער און די גרעסטע פּעסימיסטן צװישן די דעמאָקראַטן זעען נישט פֿאָר, אַז דער רעפּוּבליקאַנישערװאַל-זיג זאָל זײַן אַזוי גרויס, אַז אַ װעטאָ מצד דעם פּרעזידענט זאָל קענען װערן איבערגעשטימט. אין די שטאַטן, װוּ די רעפּובליקאַנער האָבן אַ מערהײט אין די געזעצגעבונגען, פּרובירן זײ באַגרענעצן דאָס װאַלרעכט פֿון מינדערהײטן אין די ראַיאָנען, װוּ זײ װאָלטן געװײנלעך געשטימט פֿאַר די דעמאָקראַטן. צום סוף װעט דאָס העכסטע געריכט מוזן דעצידירן, צי די רעפּובליקאַנישע שפּיצלעך זײַנען לעגאַל. אָבער לויט די אַמעריקאַנער געזעצן געהערן די װאַל-רעגולאַמינען צו די שטאַטן, און נישט צו דער פֿעדעראַלער רעגירונג, און ס'קען זײַן, אַז דאָס העכסטע געריכט װעט זיך אָפּזאָגן אַרויסצוזאָגן אַ מײנונג בנוגע די שטאַטישע באַגרענע-צונגען. אין ניו-יאָרק, ספּעציעל אין דער שטאָט ניו-יאָרק, נישט אין דעם מער קאָנסערװאַטיװן שטאַט ניו-יאָרק, איז די שטימונג גראָד אַ פֿאַרקערטע: אַ לינק-ליבעראַלער מעיאָר (שטאָט-פּרעזידענט) איז געקומען צו דער מאַכט, װי אויך זײַנע אַן אָנהענגערין, װעלכע איז איצט די פֿירערין פֿונעם שטאָטראַט. אָבער צי זײערע "לינקע" פֿאָרשלאַגן װעלן איצט קענען װערן רעאַליזירט, איז נישט קלאָר, װײַל דער דעמאָקראַטישער גאַװערנער פֿון דעם שטאַט, װעלכער װעט אַליין קאַנדידירן אין די װאַלן, װעט זיכער זיך באַמיִען צו געװינען זײַנע מער קאָנסערװאַטיװע װײלער. דערװײַל װערט אַלץ טיפֿער די שפּאַלטונג אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטײ צװישן די טראַדיציאָנעלע רעפּובליקאַנער און די עקסטרעם ראַדיקאַלע אָנהענגערס פֿון דער "טײ-פאַרטי". דאָס װעט זיכער באַװירקן די "פּרײַמעריס" פֿאַר די פּרעזידענט-װאַלן אין 2016. די דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן פֿאַר פּרעזידענט זײַנען הילאַרי קלינטאָן, די פֿרוי פֿון דעם געװעזענעם פּרעזידענט און פֿריִערדיקע אויסערן-מינינסטאָרין, און דער איצטיקער װיצע-פּרעזידענט דזשאָ בײדען — בײדע זײַנען זײ שטאַרקע קאַנדידאַטן, װעלכע װאָלטן אַפּנים לײַכט געזיגט — ספעציעל נאָך, אַז אַחוץ די עקסטרעמע טי-פּאָרטי קאַנדידאַטן זעט זיך נישט קיין ערנסטער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט אויף פּרעזידענט. איז עס דעריבער זײער מעגלעך, אַז אין 1916 זאָל אַמעריקע האָבן אַ דעמאָקראַטישן פּרעזידענט און אַ רעפּובליקאַנער קאָנגרעס... װי זאָגט מען דאָס אין אַמעריקע?: אַ לאַנד האָט אַזא רעגירונג און אַזאַ פּרעזידענט װי עס פֿאַרדינט...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען