| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
צו דער פֿאָרגעשיכטע פון די "לעבנס-פֿראַגן"
יצחק לודען
דעם נאָמען פון אונדזער זשורנאַל האָבן ז ײַ נע גרינדער אין ישׂראל "געירשנט" פֿון דער ערשטער האַלב-לעגאַלער בונדישער אויסגאַבע, װאָס איז דערשינען אין װאַרשע נאָך דער רעוואָלוציע פֿון 1905, ווען די צענזור פֿון דער צאַרישער מאַכט אין רוסלאַנד איז געװאָרן עטװאָס פֿאַרלײַכטערט - האָט דערצײלט דער היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער פּרעסע, פּראָפֿ' נתן כּהן, אין זײַן קורצן רעפֿעראַט אויף דעם סיום-אָװנט לכבֿוד די "לעבנס-פֿראַגן". צװישן דעם דעמאָלט באַרימטן "מאַניפֿעסט" פֿון דער צאַרישער רעגירונג און דער צוריקגעקערטער רעאַקציע האָבן זיך באַװיזן צענדליקער סאָציאַליסטישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש. טייל פֿון זיי בראָשורן און טייל פּעריאָדישע אויסגאַבעס. דאָס רוב פּובליקאַציעס זײַנען אַרויס פון "בונד". די צענזור איז נאָר געבליבן אַ צאַרישע און יעדן "מאָנטיק און דאָנערשטיק" פלעגט מען קאָנפֿיסקירן די אויסגאַבעס, פֿאַרמאַכן די דרוקערײַען און אַרעסטירן די רעדאַקציע מיטגלידער. דאָך זײַנען די צײַטונגען ווײַטער אַרויס אונטער געענדערטע נעמען, ווייל אַ קאָנפיסקירטער טיטל האט שוין מער נישט געקענט געדרוקט ווערן. פרייטיק דעם 8טן מאי 1912 איז אַרויס אין וואַרשע דער ערשטער נומער "לעבענס-פראגען" (6 זײַטלעך). געדרוקט האָט מען אים אין דרוק "אוניווערסאַל". דער פּרײַז איז געווען 6 קאָפּיקעס. דער צווייטער נומער (18 [31] מאי 1912) איז שוין נישט אַרויס. פֿאַקטיש איז אויך דער ערשטער קאָנפיסקירט געוואָרן. לויט וואָס א' קירזשניץ שר ײַ בט אין "די יידישע פּרעסע אין דער געוועזענער רוסישער אימפּעריע (1823 - 1916)", ז' 46 זײַנען "דער רעדאַקטאָר, אַרויסגעבער, מיטאַרבעטער און טעכנישער פּערסאָנאַל געװאָרן אַרעסטירט און פֿאַרמשפּט צו קאַטאָרגע און פֿאַרשיקונג קיין סיביר". נאָך אין דער צײַט פון דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט זיך דער זשורנאַל באַנײַט, אין וואַרשע. דער ערשטער נומער איז אַרויס דעם 4 טן פעברואַר 1916 און דער לעצטער ( 526) דעם 22 טן מערץ 1922. פונעם 6 טן דעצעמבר 1918 איז דער זשורנאַל געוואָרן אַ טאָגצײַטונג. גענוי אין אַ חודש אַרום, דעם 18 -טן יאַנואַר 1919, האָט די פּוילישע פּאָליציי פֿאַרחתמעט דעם לאָקאַל פֿון דער רעדאַקציע און אַלע אָנװעזנדיקע אַרעסטירט. נאָך אַ קורצער ה פֿ סקה און נאָך דעם װי די צײַטונג האָט װידער אָנגעהויבן דערשײַנען, האָט דאָס װאַרשעװער קרײַזגעריכט פֿאַרװערט דאָס אַרויסגעבן די צײַטונג, און דעם 23 -טן מערץ 1920 איז דער אָרגאַן פֿון "בונד" אין פּוילן געװאָרן געשלאָסן. אויף ז ײַ ן אָרט איז אויפֿגעקומען די היסטאָרישע "פֿאָלקסצײַטונג". <!--[if !vml]--><!--[endif]--> דעם 1 טן מאי 1951 איז אין תל-אביב אויפֿגעקומען די "לעבנס-פֿראַגן" װי דער אָרגאַ ן פֿון דעם "אַרבעטער-רינג" בײַ דער בונדישער גרופּע אין ישׂראל, אונטער דער רעדאַקציע פֿון י. אַרטוסקי. פֿון דעצ. 1971 ביז מאי 2014 - אונטער דער רעדאַקציע פֿון יצחק לודען. דעם 15-טן מאי װערט געשלאָסן, צו אונדזער טיפֿן באַדויער, דער לעצטער נומער.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען