| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
גוהרת על עצמי
מבחר שירים (העברעיִש). מלכה חפץ-טוזמאן, תירגמה מייִדיש: חמוטל בר-יוסף
."איבער זיך געבויגן " - אַן אָפּקלײַב פֿון לידער, אין דער זײער געלונגענער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון חמוטל בר-יוסף , מיט אירס אַ הקדמה און אַן עסײ װי אַ נאָכװאָרט, װאָס איז אַ מאָנאָגראַפֿיע און אַ פֿליסיקער אַנאַליז פונעם לעבן און שאַפֿן פֿון דער אייגנאַרטיקער יידישער דיכטערין. געבוירן אין 1896 אין וו אָ לין, צו 16 יאָר אויסגעװאַנדערט מיט די עלטערן קיין שיקאַגאָ, זיך שפעטער באַזעצט אין לאָס אַנדזשעלעס. אין 1959 געקומען קײן ישׂראל, געװען דאָ אַ האַלב יאָר און זיך צוריקגעקערט קײן אַמעריקע, אָבער נאָכן טויט פון איר מאַן אין 1971 איז זי געקומען קיין ישראל, געװען אַ קורצע צײַט. אין 1981 באַקומען די מאַנגער‑פּרעמיע און געשטאָרבן אין אַמעריקע אין 1987. די אַלע יאָרן, פֿון די ייִנגסטע יאָרן אָן געווען שעפֿעריש און האָט איבערגעלאָזט דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע אַ רײַכן אוצר.פֿון אירע שאַפֿונגען. 184 ז"ז װײכער אײַנבינד. הוּיפּט‑רעד' רפי װײַכערט.פֿ"ג קֶשֶב לשירה מיט דער בײַהילף פֿון בית שלום עליכם און קרן איציק וגניאַ מאַנגר בײַם קרן יהושע רבינוביץ' לאמנויות בתל‑אביב, 2013 4- - 133 978-965-531. ISBN
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען