| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
װירדיקער אָנדענק-פֿרימאָרגן לזכר אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט
אין אַן אַטמאָספֿער פון גײַסטיקער דערהויבנקייט האָבן די מיטגלידער פֿונעם קולטור-קרײַז צוזאַמען מיט דער משפּחה און פֿרײַנד פֿון דעם דיכטער און עסעיִסט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט אָפּגעצייכנט זײַן אָנדענק דעם 22‑סטן יאַנואַר בײַ אַ פֿול געפּאַקטן אַרטור זיגעלבוים-זאַל פֿונעם אַרבעטער-רינג אין תל‑אבֿיבֿ.
מיט אײַנדרוקספֿולע רעפֿעראַטן װעגן דעם דיכטערס שאַפֿערישן און אינטעלעקטועלן בײַשטייער פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור זײַנען אויפֿגעטראָטן פּראָפֿ' אַבֿ. נאָװערשטערן, רעד.ישׂראל רודניצקי און די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן מיט אַ װידמונגס‑ליד און אַן אָנדענקװאָרט. דער טשעליסט װלאַדימיר גײַסמאַן האָט אויפֿגעשפּילט צװיי שאַפֿונגען פֿון דער קלאַסישער מוזיק און דער מיכאל קלעפּפֿיש- כאָר מיט עליזאָ בלעכעראָװיטש האָט אויפֿגעזונגען ייִדישע לידער פֿון זײַן רײַכן רעפּערטואַר. דעם אײַנדרוקספֿולן פֿרימאָרגן האָט געעפֿנט די לײטערין פֿון דעם קולטור‑קרײַז, די װאָרט‑קינסטלערין שורה גרינהויז-טורקאָװ מיט דער רעציטאַציע פֿון שפּיגלבלאַטס פּאָעמע "באַהיט מיך פֿון לײדיקע און פּוסטע טעג". אַזאַ איז די אַטמאָספֿער און דער ניװאָ פֿון אַלע אונדזערע קולטור -פֿרימאָרגנס. דער לאָקאַל פֿון אַרבעטער-רינג אויף קאַלישער 48 אין תל-אבֿיבֿ איז הײַנט דאָס אײנציקע אָרט, װוּ ייִדיש איז די אומגאַנג‑שפּראַך און װוּ דאָס ייִדישע װאָרט קלינגט הײמיש און װירדיק פֿאַר אַלע זײַנע באַזוכערס.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען