| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
איציק פֿעפֿער – דער דיכטער פֿון נצחון
לאה איילון
איציק פֿעפֿער איז אויפֿגעװאַקסן צוזאַמען מיטן קאָמוניסטישן רעזשים אין ראַטנפֿארבאנד, האָט אים געטרײַ געדינט, אים פֿאַרהייליקט אין דער סאָװיעטיש-ייִדישער פּאָעזיע, און איז געווען דער רעפּרעזענטאַטיװער קרבּן פון דעם ברוטאַלן סטאַלינישן דעספּאָטיזם. געבוירן דעם 23-סטן סעפּטעמבער 1900 אין שפּאָלע, אוקראַיִנע, זײַן פֿאָטער איז געווען אַ לערער, װאָס האָט אויך געשריבן לידער. די מוטער אַן אַרבעטאָרין אין אַ זאָקן-פֿאַבריק. שוין צו צװעלף יאָר איז איציק פֿעפֿער געוואָרן אַ זעצער אין אַ דרוקעריַי. צװײ יאָר נאָך דער אָקטאָבער-רעװאָלוציע, אַלט זייענדיק 19 יאָר, טרעט פֿעפֿער אַריַין אין דער באָלשעװיסטישער פּאַרטיי און װערבירט זיך פֿרײַוויליק אין דער רויטער אַרמיי אין דעם בירגער‑קריג קעגן די פּעטלורישע באַנדעס. ווען קיִעװ איז געווען אונטער דעניקינס הערשאַפֿט, האָט פֿעפֿער געפֿירט דאָרט אַ פּאַרטײיִשע אונטערערדישע אַרבעט, געוואָרן אַרעסטירט, געזעסן אַ צײַט אין דער קיִעווער תּפֿיסה, און איז דורך זײַן פּאַרטיי געװאָרן באַפֿרײַט. װי אַ דיכטער האָט איציק פֿעפֿער דעביוטירט מיט זײַנע ערשטע לידער אין דער קיִעווער ציַיטונג "קאָמוניסטישע פֿאָן", אַלט זײַענדיק 19 יאָר. די ערשטע זאַמלונג פֿון זײַנע שאַפֿונגען איז דערשינען אין 1922 סטן יאָר, מיט אַ פֿאָרוואָרט פֿון דוד האָפֿשטיין. און בין איך אויפֿן באַרג מיט פֿעלז מיט זון מיט מאָך, און האָב איך אויפֿן באַרג, צעווייט מיַין שטומען בראָך, אין דעם זעלבן 1922 טן יאָר שריַיבט פּרץ מאַרקיש, דער רעדאַקטאָר פֿון דער ציַיטשריפֿט "כאַלאַסטרע", וואָס איז דערשינען אין וואַרשע, וועגן דעם יונגן פּאָעט איציק פֿעפֿער: ... אויך עפּעס אַ שטילע און צאַרטע טויבן- פּאָסט, גנבֿעט זיך אַדורך אַהער פֿון יענער זײַט גרענעץ אוקראַינע, מיט פֿריידפֿולע גערוסן און געזאַנגען. שווימען אַריבער איבער דער גרענעץ אויף אומזעבאַרע כוואַלעס - אומעט, אָפּגע-טעסעטע שמעקנדיקע שפּענער פֿרייד... היַינטיקע טעג, הײַנטיקע ווייען, וווּו האָט מען געזען אַ פּלאָנטער אַזוינעם און בלינדע געשרייען מיט נאַקעטע רייד? ווער האָט גאָר געזען, ווער האָט גאָר געזען, אויף חורבות אויף אַש אַזאַ גרויסע פֿרייד! אַזוי הײבט אָן זײַן קליין בריוועלע, - שריַיבט מאַרקיש -דער ייִנגסטער און דרייסטער דיכטער פֿון דעם ווידער אויפֿגעוואָקסענעם שבֿט - פֿונעם אָפּקומענדיקן און אויפֿקומענדיקן וויי-לאַנד, איציק פֿעפֿער....אין זיַינע לידער וועלן מיר דערפֿילן דעם זומערדיקן ריח פֿון זאַנגען מיט קערנערלעַך, וויינענדיקע פֿאַר פֿרייד. מיר וועלן דערהערן דאָס געזאַנג פֿון תּבואה, אויפֿגעגאַנגענער אויף פֿעלדער פֿון אַזאַ פֿאַרוויסטעט און אָפּגעלאָזן לאַנד... " (ערשטער אַלמאַנאַך ז' 67 ). צווישן פֿעפֿערס ערשטע לידער געפֿינען זיך צענדליקער וועגן דעם נצחון פֿון דער רעוואָלוציע. דאָס איז געווען אַזוי נאַטירלעך, וויַיל זינגענדיק וועגן דער רעוואָלוציע האָט דער דיכטער געזונגען וועגן זיך אַליין, - ער איז געווען אַ קינד פֿון דער רעוואָלוציע, און אַ קעמפֿער פֿאַר איר טריומף. דער מאָטיוו פֿון שיסן געפֿינט זיך ביַי פֿעפֿערן אין ניט ווייניק לידער. דאָס שיסן איז געווען ביַי אים אי רעאַל, אי סימבאָליש. עס האָט געהאַט דעם באַטיַיט פֿון פֿיזישער פֿאַר‑ ניכטונג, זיַיענדיק אַ סאָלדאַט אין דער רויטער אַרמיי, אי דעם באַטיַיט פֿון שיסן און צעשיסן אַ וועלט, וואָס דאַרף צעשאָסן ווערן, כדי מען זאָל אויפֿבויען אויף איר אַ ניַיע וועלט. און אַזוי שריַיבט ער: סיביר, אוראַל, קאַלוגע און טריפּאָליע אַזוי ווי אַ סך יידישע שריַיבער פֿון יענער ציַיט, האָט אויך פֿעפֿער געשילדערט אין זײַנע לידער אויטאָ- ביאָגראַפֿישע איבערלעבונגען, זײַן היים, זיַינע עלטערן, זיַין שטעטעלע און אַפֿילו זײַן געבורט. און אָט װי ער שריַיבט: געסמאָלעט, מיט ווערבעס בײַ קאַנטן פֿון וועג אין אַ טאָג אין אַ פּראָסטן אָן וווּנדער, איציק פֿעפֿער איז געווען אַן איינציקער זון צווישן צוויי שוועסטער. אין 1932 'סטן יאָר איז זײַן מוטער געשטאָרבן פֿון אַ טיפֿוס. אין אַ באַלאַדע אונטערן נאַמען "מיַין מוטער",", שילדערט פֿעפֿער איר ליבע און געטרײַשאַפֿט צו אים:" כ'געדענק דעם קאָפּ דעם יונגן, מיט אויגן גרויסע צוויי די פֿיַיכטקיַיט אין די אויגן, די בלאָוקיַיט אונטער זיי, כ'געדענק איר שוואַרצן קובלעק, די ציין ווי ווײַסער שניי, זי שטייט לעם אונדזער פֿענצטער און קוקט אויפֿן שאָסײ. פֿעפֿער דערציילט אין דער זעלבער באַלאַדע, אַז אין דער צײַט ווען ער איז אַרעסטירט געוואָרן און געזעסן אין תפֿיסה, איז זײַן מוטער געגאַנגען קײן קיִעװ און האָט געגלויבט אַז זי קען אים באַפֿרײַען מיטן כּוֹח פֿון איר מוטערלעכער ליבע. ער שריַיבט: ..." די זעכציק ווערסט ביז קיעוו, האָט זי צופֿוס געשפּאַנט, אין 1943 'סטן יאָר, אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט מלחמה, שריַיבט פֿעפֿער אַ באַלאַדע מיטן נאָמען "באַלאַדע וועגן מײַן טאַטן". ( זיַין פֿאָטער איז אומגעקומען דורך היטלערן). "ניט ווייניק פֿריַינד האָט יעדער מענטש,/ ניט ווייניק פֿריַינד און גוטע שכנים,/ חברים, מיטקעמפֿער אַ סך, און בלויז אַ טאַטן האָט מען איינעם./ און גליקלעך איז דער מענטש, וואָס קאָן די שפּעטערדיקע דורות זאָגן:/ און וויַיטער שריַיבט ער: וואַרעמען ווי שטאַרקסטע וויַינען, און ווי אַ ברודער אין זיַין וויי, זאָל די נקמה מיַינע זיַין אים. אַש פֿון טויבע וואָכן, אויף זיַין פֿאַרוווּונדעטן געמיט, דער נישט פֿאַרוווּנדעטער בּטחון..." אין דעם ליד " אַן אַלטער ניגון" קען מען פֿילן ווי שטאַרק איציק פֿעפֿער איז געווען צוגעבונדן צו זיַין פֿאָלק, און צו זיַין פֿאַרגאַנגענהיַיט. וויַיל די יידישע געשיכטע, איז געווען איינע פֿון די קוואַלן, פֿון וואַנען ער האָט געשעפּט זיַין שאַפֿן, זיַינע לידער, אַ קוואַל וואָס האָט אַריַינגעגאָסן אומעט און עלעגיע אין זיי. מיט דער יידישער קולטור-ירושה און מיט דער יידישער פֿאַרגאַנגענהיַיט ווערט מען געבוירן, עס איז אומעגלעך זיך אָפּצוזאָגן פֿון זיי אַפֿילו פֿאַר אַ קאָמוניסט ווי פֿעפֿער. און אַזוי שריַיבט ער: ..." אַן אַלטער ניגון גייט מיר נאָך פֿוסטריט, איך ווייס ניט צי מ'האָט אים אַמאָל געזונגען, צי ס'איז אַ שאָטן פֿון אַ ליבע ליד, וואָס האָט באַ איר געבורט שוין אָפּגעקלונגען... אַן אַלטער ניגון גייט מיר נאָך פֿוסטריט, ער וווינט מיט מיר שוין באַלד אַ גאַנצן זומער, ער האָט קיַין ווערטער ניט, צו ווערן נאָכאַמאָל אַ ליד, ער שווימט צו טויערן פֿון אייביקיַיט אַ שטומער... אין 1939'סטן יאָר איז אַרויס פֿעפֿערס ראָמאַן "גרויסע גרענעצן". דער ראָמאַן פֿאַרקערפּערט קינסטלעריש דעם פֿאָלקס מענטש, דעם שטעטלדיקן בחור, יוניק, און דינע, אַ געשטאַלט פֿון דער עפּאָכע, אַ יידישע העלדין, אַ סאָציאַליסטקע. פֿעפֿער איז געווען אַ מיטגליד פֿון פֿאַרשיידענע ליטע‑ ראַרישע רעדאַקציעס, און איז אָפֿט אויפֿגעטראָטן מיט רעדעס און לעקציעס פֿאַר טויזנטער אַרבעטער. אין יאָר 1939 באַקומט ער דעם "אָרדן ערן צייכן", און אַ יאָר שפּעטער ווערט ער באַלוינט מיטן לענין-אָדער. די יאָרן 1947-1946 לעבט פֿעפֿער אין מאָסקווע, וווּ ער איז געווען אַ מיטרעדאַקטאָר פֿון דער ציַיטונג " אייניקיַיט" און פֿון דעם זשורנאל " היימלאַנד". אין 48 'סטן יאָר ( דעם זעלבן יאָר ווען די יידישע מדינה איז אויפֿגעשטאַנען),ווערט ער אַרעסטירט, צוזאַמען מיט דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן און אַנדערע. אין משך פון יאר ווערט ער געפּײַניקט אין דער לובליאנקער תפיסה אין מאסקווע, און דערשאסן געווארן. אין אַ ליד מיטן נאָמען " איך בין אַ ייד " וואָס ער האָט געשריבן נאָך דעם חורבן פֿון דער יידישער וועלט אין אירופּע, און צוויי יאָר פֿאַר זיַין אַרעסט, באַהעפֿט ער זיך מיט אַלע דורות יידן, מיט די קרבנות פֿון היטלעריזם, און מיט די יידן פֿון אוראַלטע ציַיטן. ..." דער וויַין פֿון דורותדיקן דויער דער קלוגער קנייטש פֿון ר' עקיבא,
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען