| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַימפאָזאַנטע קולטור אימפּרעזע אין פּאַריזער שטאָט-ראַט פֿאַר שטיצן די "פּורים-שפּיל"
שלמה ביעלאַשאַק, פּאַריז
אַן אימפּאָזאַנטע ייִדישע קולטור-מאַניפֿעסטאַציע א יז פֿאָרגעקומען דעם 12 טן דעצעמבער 2013 אין פּרעכטיק זאַל פֿון פּאַריזער שטאָט־ראַטהויז מיטן צוועק צו פֿאַרלאַנגען פֿון "אונעסק אָ " - די אָרגאַניזאַציע פֿאַר בילדונג, וויסנשאַפֿט און קולטור בײַ דער UN - די אָ נערקענונג פֿ ון דער "פּורים־שפּיל" װי אַ רעפּרעזענטאַטיװע פֿאָלקס‑טימלעכע יצירה פֿון דער ייִדישער שפּראַך, דורך אַרויפנעמען זי אויף איינער פֿון די צוויי רשימות פֿונעם אַל וועלטלעכן גײַסטיקן אוצר פֿון דער מענטשהייט. די גרויסע זייער געלונגענע אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך אַ פֿאַראײניקטער קערפּערשאַפֿט פֿון פֿינף פֿראַנצייזיש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אויף דער איניציאַטיװ פֿון דעם "מעדעם - צענטער אַ רבעטער - רינג" אין פּאַריז, צוזאַמען מיטן "בערנאַר לאַזאַר - קרײַז" (װעלכער גיט אַרויס די חודש-שריפֿט "ייִדישע העפֿטן"), און נאָכגעפֿאָלגט דורך דער "אַסאָציאַציע פֿון די פֿרײַנט פֿון דער צענטראַלער קאָמיסיע פֿאַר קינדוואַרג", דעם "פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע געזעלשאַפֿטן אין פֿ ראַנקרײַך" און דעם "ייִדיש קולטור- הויז מעדעם -ביבליאָטעק", אונטערגעשטיצט דורך דער פֿאָרשטײערשאַפט פֿון "בני-ברית" אין אונעסק אָ, די " פֿונדאַציע פֿאַר אָפּהיטן דעם אָנדענק פֿון דער שואה" און דעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן סאָציאַלן פֿ אָנד". די דאָזיקע קאָלעקטיװע קערפּערשאַפֿט האָט מיט אַ צוואַנציק חדשים צוריק באַשלאָסן אָנצוּװענדן אַלע אירע כּוחות בכדי צו באַווײַזן אַרײַנצוברענגען אַ וויכטיקן עלעמענט פֿון דער ייִדישער קולטור, די "פּורים־שפּיל ", אין איינע פֿ ון די צוויי רשימות פֿון "אונעסק אָ" צו רובריקירן, ב אַ שיצן און ב אַ שטיצן בולטע קונסט-ווערק און פֿאָלקס-שאַפֿונגען אַלס װיכטיקע גײַסטיקע אוצרות פֿון דער מענטשהייט. מען מוז טאַקע וויסן, אַז עס איז אוממעגלעך אַרײַנצושרײַבן אויף אַזאַ רשימה אַ שפּראַך אַליין. כאָטש ייִדיש געהערט אָפֿיציעל צו דער רשימה פֿון גערעדטע לשוֹנות אין פֿראַנקרײַך, איז דאָס נישט גענוג א ויף צו דער מעגלעכן זײַן אַרײַנשריפֿט בלויז ווי אַ שפּראַך אין "אונעסק אָ " וועדליג די פֿאָרשריפֿטן פֿונעם אָפּמאַך, װאָס איז געװאָרן אונטערגעשריבן מכּוח דעם ענין דורך אַ סך לענדער אָ נגעהעריקע צו דער דאָזיקער אינטערנאַציאָנאלער אָרגאַניזאַציע. צוליב אָט דער סיבה, האָט מען געפֿונען טאַקע אַ פּאַסיקע ״ אַרײַנגאַנג־טיר״, צו קענען באַאַכטן די ייִדישע קולטור, נעמענדיק אַלס ווערט-באַגריף די "פּורים-שפּיל" - וואָס איז אַ ליין אַ ייִדיש וואָרט וואָס באַדײַט גענוי אַ כּלל- פֿעסטיװע און אַ מין פֿאָלקסטימלעכע מאַניפֿעסטאַציע מיט אַ פּאַראָדישן אינהאַלט באַציִענדיק זיך צו דער מגילת־אסתּר און צום יום־טובֿ פּורים - און די "פּורים-שפּיל" װי אַ רעפּרעזענטאַטיװע פֿאָלקס‑יצירה אין דער שפּראַך פֿון דער ייִדיש-װעלט. די דאָזיקע יצירה װערט דערמאָנט אינעם אַ זוי גערופענעם ״קעמברידזש קאָדעקס״ פֿון יאָר 1382, וועלכער איז באַק אַ נט ווי דער עלטסטער כּתב־יד אָ נגעשריבן אין ייִדיש. ער אַנטהאַלט אַלע עלעמענטן פון אַ דראַמאַטיזירטער טעאַטער‑שפּיל: מוזיק, שריפֿט, מימיק, מאַסקאַראַדע, פֿאַרקליידונג, וויץ, אימפּראָוויזאַציע, און איז דער מקור פֿונעם טעאַטער אין דער ייִדישער שפּראַך.
דער אויבן-דערמאָנטער פּראָיעקט, איבער וועלכן עס פֿאַרזאַמלען זיך און אַרבעטן שוין זינט מער ווי אָנדערט-האַלבן יאָר זיבעצן פֿאָרשטייער פֿון דער פּאַריזער ייִדישער וועלט, באַקומט אַ הילף פֿון צוויי מבֿינים פֿונעם פֿראַנצייזישן קולטור-מיניסטעריום, אַגבֿ נישט קיין ייִדן, און זײער אַרבעט רופֿט אויס אַ שן אינטערעס אין דער יידישער געזעלשאַפֿט.
דער װענדונג וועט דאַרפֿן דערלאַנגט ווערן "אונעסקאָ" דורך דער פֿראַנצייזישער מלוכה און אפֿשר אויך דורך אַנדערע לענדער, וואָרעם ייִדיש איז דאָך אַ וועלט-שפּראַך. די שטיצע פֿון דער ברייטער עפֿנטלעכקייט איז נויטיק, ווײַל דער פּראָיעקט דאַרף זיך ארויסווײַזן ווי אַ מאַסן- פֿאַרלאַנג. דעם דאָזיקן צװעק האָט געדינט דער אימפּאָז אַ נטער שטיץ-אָוונט, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 12 טן דעצעמבער 2013 אינעם גרויסן זאַל פֿון פּאַריזער ראַטהויז, אַון וועלכער האָט אַרויסגערופֿן אַ היפּשן דערפאָלג, אָנצ יִענדיק אַרום 650 בײַוווינערס.
עס זײַנען אויפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן אויף דער טעמע די װיסנשאַפֿטלער פּראָפֿ ' זשאַן באַומגאַרטען, דער אונדז גוט באַקאַנטער פּראָפֿ ' יצחק ניבאָרסקי און פֿ ר׳ מישעל טאַובער, וועלכע האָבן, יעדער פֿון זײַן שטאַנדװינקל, באַלויכטן די געשיכטע פֿון דער "פּורים‑שפּיל" און געגעבן דעם עולם אַן איבערבליק וועגן די הײַנטצײַטיקע "פּורים־שפּילן" געשאַפֿן אין ייִדיש אין דער גאָרער וועלט, באַגלײט בײַם סוף מיט געזונגענע לידער-פֿראַגמענטן..
אינעם קינסטלערישן טייל האָבן מיר געהאַט דעם פֿאַרגעניגן צו זען און צו הערן די טאַלאַנטירטע האָלענדישע זינגערין שורה ליפּאָווסקי מיט איר מוזיקער- אַנסאַמבל א.נ. ״נאָוואַיאַ שירה״ און מיט אַ ספּעציעלן צוגעפּאַסטן רעפּערטואַר פֿון פּורים־לידער.
דעם זייער געלונגענעם אָוונט האָבן אָנגעפֿירט די ח"ח לעאָפּאָלד בראַונשטיין פֿון דעם פּאַריזער "מעדעם‑צענטער אַ רבעטער-רינג", און פֿאַני באַרבאַרעי פון פּאַ ריזער "ייִדיש-צענטער מעדעם-ביבליאָטעק ". ער האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ קאָקטייל.
עס וועט נאָך נעמען אַ געוויסע צײַט, וואָס מ' קען אָפּשאַצן אויף אַרום פֿיר יאָר, ביז דער בקשה־מעמאָראַנדום לטוֹבֿת דער "פּורים־שפּיל" וועט אימשטאַנד זײַן צו שענקען דעם ייִדישן לשון אַ גלײַכבאַרעכטיקטן און בכּבודיקן אָרט צװישן די לשוֹנות פֿון די אַנדערע פֿעלקער אויף דער וועלט, וואָס זײערע גײַסטיקע אוצרות װערן אָנערקענט, געשיצט און געשטיצט פון אונעסקאָ, דעם קולטור-אינסטומענט פֿון דער פֿאַראײניקטער פֿעלקער‑ אָרגאַניזאַציע.
מ ' קען געפֿינען אַלע פּרטים פֿון דעם פּראָיעקט און אים אונטערשטיצן - ( אויף פֿראַנצייזיש ) אויף דעם וועב- זײַטל
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען