| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דער שטערן, וואָס האָט געהייסן פּשוט: אסתּר
המשך פֿון פֿאָריקן נומער, סוף חיים ביידער (1920 – 2003)
"דאָרט װוּ עס קלינגט די ייִדישע שפּראַך, אפֿשר איז דאָס געװען אַ גאַנץ צופֿעליקע זאַך, אָבער איך װאָלט געקענט באַהויפּטן, אַז דװקא אין די טעג װען כ'האָב זיך געקליבן אָנצושרײַבן מײַן עסיי װעגן אסתּרן, האָב איך פּלוצעם זיך געכאַפּט, אַז צװײ‑דרײַ מאָל אין דער װאָך, פֿאַרקערנדיק זיך פֿון דער מאָסקװער גאַס װאָס מען האָט איר ערשט נישט לאַנג צוריקגעקערט איר נאָמען פֿון מאַראָסײסקאַ צום פּעטראָװעריגער געסל, מאַך איך אַדורך אַ געװיסן מהלך, אין װעלכן עס פֿלעגט אין מיטן די דרײַסיקער יאָרן גיין צו דער אַרבעט מאַריאַ יאַקאָװלעװנאַ ליפֿשיץ (אַזוי פֿלעגט מען זי רופֿן אין די אָפֿיציעלע קרײַזן): - אסתּר. אין הויף נומער 10 פון אָט דעם געסל האָט זיך געפֿונען דער ייִדישער אָפּטײל פֿון דעם א"ג אינסטיטוט פֿון די מערב‑פֿעלקער, װוּ אסתּר איז געװען דער רעקטאָר. דאָ האַבן שטודירט די מערהײט ייִדישע קולטור‑טוערס פֿון יענער צײַט, דאָרט זײַנען פֿאָר‑ געקומען הײסע דיסקוסיעס, האַרבע שטרײַטן, װאָס אין צענטער פֿון זײ איז געװען אסתּר. דאָס לעצטע מאָל איז זי געגאַנגען צו דער אַרבעט אין איינעם אַ האַרבס-טאָג פֿון 1936, און אויפֿן אַנדערן טאָג איז זי שוין געװען אין דער באַװוּסטע מאָסקװער טורמע "בוטירקי". פֿון "בוטירקי" האָט זיך קיינער נישט צוריקגעקערט, פֿון דאָרט האַט געפֿירט אַ גלײַכער װעג צום עשאַפֿאָט... אין דעם בנין פֿון דעם אינסטיטוט װוּ די אַרבעט איז געװען אויף ייִדיש - האָט געקלונגען איר מעכטיק קול אויף דער שפּראַך, צו װעלכער "אסתּר המלכּה" האָט געהאַט די סאַמע דירעקטע שײַכות. די געשיכטע פֿון דער ייִדישער לינגװיסטיק האָט פֿאַרצײכנט, אַז אויף דער באַרימטער טשערנאָװיצער שפּראַך‑קאָנפֿערענץ, אין וועלכער זי האָט גענומען אַ טיכטיקן אָנטײל, האָט אסתּר פֿאַרנומען אַן עקסטרעמע פּאָזיציע און האָט געפֿאָדערט, אַז ייִדיש זאָל װערן אָנערקענט װי די אײנציקע ייִדישע שפּראַך. כּמעט אַלע, צװישן זײ אַפֿילו י.ל. פּרץ, האָבן דערװידערט, אָבער אסתּר האָט איר מײנונג ניט געביטן. נײַן יאָר שפּעטער, װען זי איז געװאָרן דער רעדאַק‑ טאָר פֿון דער טעגלעכער ייִדישער צײַטונג "דער װעקער" אין מינסק, האָט זי אין נומער פֿון 21‑סטן סעפּטעמבער 1917 געשריבן אינעם אַרטיקל "דער 'בונד' און די ייִדישע שפּראַך": "איצט, װען דער ייִדישער אַרבעטער האָט זיך דורכגעשלאָגן אַ װעג צו פֿרײַער אַנטװיקלונג, װעלן אויך מקויים װערן זײַנע קולטורעלע שטרעבונגען, װעט ער אויך געפֿינען אַ װעג צו שטילן זײַן ברענענדיקן דורשט נאָך ליכט, נאָך װיסנשאַפֿט, נאָך קולטור. איצט װערט באַשאַפֿן די װירקלעכע מעגלעכקייט עס זאָל אויך בליִען די ייִדישע ליטעראַטור, קונסט, שפּראַך, עס זאָל זיך אויסבויען דער שײנער בּנין פֿון דער נײַער דעמאָקראַטישער ייִדישער קולטור. די ערשטע שטיינער פֿון דעם דאָזיקן בּנין האָט געלײגט דער ייִדישער אַרבעטער. אָן אויפֿהער שאַפֿט ער ציגל צום װײַטערדיקן בויען, און דאָס שענסטע אָרט װעט אין דעם דאָזיקן בּנין געהערן דעם "בונד". אסתּרס "דער װעקער" האָט טאַקע זײער אַ סך אויפֿגעטאָן פֿאַר דער װײַטערדיקער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון דער ייִדישער פּובליציסטיק. צום "װעקער" האָבן זיך געצויגן די בעסטע ליטעראַרישע כוֹחות פֿון יענער צײַט, צװישן זײ משה קולבאַק, דוד האָפֿשטיין נח לוריע, ב. אָרשאַנסקי, ש. עפּשטיין, ש. רײַזען, אַ. רײַזען; מאַקס װײַנרײַך האָט דעביוטירט אין אָט דער צײַטונג, און איז אין 1917 געװען אַ שטיקל צײַט דער צײַטװײַליקער רעדאַקטאָר װען אסתּר פֿרומקין איז אַרומגעפֿאָרן איבער שטעט און שטעטלעך פֿון װײַסרוסלאַנד. אסתּר איז געװען אַ טאַלאַנטפֿולער שרײַבער, אַ שאַרפֿער פּובליציסט מיט אַן אויסגעצײכנטער שפּראַך. װען מען װאָלט איצט צונויפֿגעזאַמלט אַלץ װאָס איז אין יענע יאָרן אַרויס פֿון אונטער איר פּען, װאָלטן זיך באַקומען ניט װײניק מערקװערדיקע בענדער. אסתּר האָט געדרוקט אין "װעקער" ניט נאָר פּובליציסטיק, נאָר אויך עכט ליטעראַרישע שעדע‑ װערס. מיר קענען זיך ניט אײַנהאַלטן צו ברענגען בלויז אַן אויסצוג פֿון עסײ "פֿון טאָגבוך", געדרוקט אין 8‑טן דעצעמבער 1917. זי דערצײלט אַן עפּיזאָד פֿון איר עמיגראַנטישן לעבן אין װין. זי האָט געװוינט בײַאַן עסטרײַכישער משפּחה און האָט אײנמאָל זיך אָנגע‑ שטויסן אויף אָן אַלט בילד, װאָס האָט זיך געװאַלגערט אין אַ פֿאַרװאָרפֿן װינקעלע פֿון דער שטוב. און פּלוצעם: "...יידישע אױתיות דערזע איך, פֿירקאַנטיקע, בלאַסע, קוים קענטיקע, פֿאַרמעקטע פֿון דער צײַט. און קוים‑קוים לייען איך איבער די נעמען פֿון עמיצן אַן "אבי מורה" און אַן "אמי מורתי", װאָס זײַנען געבוירן געװאָרן אין אַכצנטן יאָרהונדערט און זײַנען טויט שוין באַלד הונדערט יאָר..." װי קומט אַזאַ בילד מיט ייִדישע אױתיות, מיט אַ מנורה צו אָט די עסטרײַכער? לאָזט זיך אויס, אַז דאָס איז אַ שוין פֿון לאַנג אַסימילירטע ייִדישע משפּחה. און עס קומט פֿאָר אַזאַ דיאַלאָג: "- איר קענט לייענען ייִדיש? - פֿרעג איך. - נײן, מײַן מוטער האָט געקענט... מײַן מוטער, מײַן אָרעמע מוטער... זי פֿלעגט פּסח כּמעט מוזן הונגערן, זי האָט ניט געװאָלט עסן קיין טריפה אום פּסח... איך האָב געװאָלט בעטן זי זאָל מיר אַװעקגעבן דאָס יאָרצײַט‑בילד. דערנאָך קלער איך: זאָלן זײ - יוסף און טילע - נאָך לעבן דאָ, אויף די װענט װוּ עס לעבן זײערע אור‑אײניקלעך. זאָל ניט אינגאַנצן פֿאַרשװינדן דאָ יעדע שפּור פֿון זײ, די אַװעקגעגאַנגענע, װאָס האָבן אַזוי שטאַרק געגלויבט אין משיחן און אין תחית המתים, אַזוי באַגלויבט און געדולדיק אַריבער‑ געטראָגן זײער ייִדישן יאָך..." און װײַטער קומט אַ װײטיקלעכער, אָבער צוזאַמען דערמיט אויך אַ האָפֿנטלעכער אויספֿיר: "זי איז אויך ניט קיין אויסנאַם, מײַן װינער בעל הביתטע. דאָס מערב‑אײ ראָפּעיִשע ייִדנטום שטאַרבט אָפּ אַלס ייִדנטום. דאָס זײַנען דײַטשן, פֿראַנצװיזן פֿון משה רבינוס גלויבן. אָן אַ באַזונדערער שפּראַך, אָן אַן אײגענער קולטור גײען זײ אונטער װי אַ נאַציע. די רעליגיע ראַטעװעט זײ ניט. עס טריקענען און פֿאַלן אַראָפּ צװײַגן פֿון אַלטן בוים, אָבער אַלײן איז ער קרעפֿטיק און שטאַרק, װײַל דאָרט װוּ עס לעבן די ייִדישע מאַסן, װוּ עס קלינגט די ייִדישע שפּראַך און ס'לעבט די ייִדישע קולטור, דאָרט װעבט זיך דאָס לעבן פֿון דער נאַציע, דאָרט בליט דער אַלטער בוים מיט יונגער קראַפֿט, מיט אייביקער פֿרישקײט. ניט אין זײערע לײַבלעכע אײניקלעך לעבן די אַװעקגעגאַנגענע ייִדישע דוֹרות פֿון מערב‑אײראָפּע. זײ לעבן אין די ייִדישע דעמאָקראַטישע מאַסן פֿון רוסלאַנד, אַמעריקע, רומעניע. זײער מוט, זײער קראַפֿט לעבט אין דעם ייִדישן אַרבעטער, אין דעם ייִדישן קעמפֿער פֿאַר פֿרײַהײט און רעכט. זײער העלדנמוט לעבט װידער אויף אינעם נײַעם ייִדנטום. די טראַגישע מעטאַמאָרפֿאָזע "די טראַגישע שעה" - אַזוי האָט געהײסן אסתּרס אַרטיקל אין מינסקער "דער וועקער" פֿון 26‑סטן אָקטאָבער 1917, װען די ידיעות פֿון פּעטראָגראַד װעגן דער באָלשעװיסטישער איבערקערעניש האָבן זי אויפֿ‑ געטרײסלט און זי האָט גלײַך אויף זיי רעאַגירט: "קײנמאָל איז ניט געװען אַזוי גרויס די טויט‑ סכּנה, װאָס הענגט איבער דעם קאָפּ פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע, װי איצט. די באָלשעװיקעס זײַנען צוגעטראָטן מקיים צו זײַן זייערע פֿאַרברעכערישע פּלענער...". אינגיכן האָט זיך אַרויסגעװיזן, אַז מיט אָט דער אָפּשאַצונג איז אסתּר געװען גערעכט, און עטלעכע טעג נאָך דעם האָט זי געשריבן: "מיט ביקסן קאָן אַ מינדערהייט הערשן; מיט ביקסן קאָן מען פֿאַרשטאָפּן דאָס מויל; טויט‑שטראָף אָנװענדן קאָן מען; אין פֿרידלעכע תּוֹשבֿים שיסן פֿון האַרמאַטן מעג מען. אַמאָל האָט דאָס געטאָן ניקאָלאַי, איצט טוט דאָס לענין און טראָצקי, מאָרגן װעלן עס טאָן קאָרנילאָװ און קאַלעדין, איבערמאָרגן װעט עס אפֿשר װידער זײַן ניקאָלאַי. אַבי מען מעג פֿאַרן פֿאָלק - איז די נפֿקא מינא ניט אַזוי גרויס; אָבער די האַרמאַטן זײַנען די זעלביקע. ניט קיין טעות, נאָר אַ פֿאַרברעכן. ניט קײן שלעכטע טאַקטיק, נאָר אַן אומגליק פֿאַר דער רעװאָלוציע. אַ טויט‑קלאַפּ דער רעװאָלוציע. און ניט די מערהײט טוט עס, דאָס טוט די מינדער‑ הײט. דערפֿאַר איז דאָס טאַקע אַן אומגליק. ניט קײן דעמאָקראַטישע מאַכט שאַפֿן זײ, נאָר אַ דיקטאַטור, אײנהײט, דערגרײכט דורך אונטערדריקונג פֿון דער מערהײט, איז ניט קײן אײנהייט. אַזאַ אײנהײט קאָן געבויט זײַן נאָר אויף גװאַלט און זי מוז פֿריִער אָדער שפּעטער פּלאַצן..." דרײַ יאָר זײַנען פֿאַרבײַ נאָך דעם װי אסתּר האָט אָנגעשריבן די דאָזיקע שורות. דאָס זײַנען געװען די פּײַנלעכסטע יאָרן אין איר לעבן. די פּאָליטישע לאַגע אויף דער ייִדישער גאַס אין רוסלאַנד האָט זיך געהאַלטן אין איין בײַטן. לאַנג האָט אסתּר זיך נישט אונטערגעגעבן דער אומאויפֿהערלעכער אַטאַקע פֿון די באָלשעװיקעס. די ערשטע שפּאַלטונג האָט זיך אָנגעהויבן אין "בונד" אין 1919 און האָט דערגרײכט דעם עפּאָגיי, דעם הויכפּונקט אין 1921. אסתּרס לעצטע װערטער אויף דער לעצטער קאָנפֿערענץ פֿון "בונד" אין מערץ 1921 זײַנען געװען: "דער בונדיזם װעט לעבן און װעט זיגן!". דאָס איז געװען אַ דרײַסטע דערקלערונג: פּונקט װי זי װאָלט זיך אָפּגעריסן פֿון הויכן ברעג און פֿון דאָרט זיך געװאָרפֿן אין די שװימענדיקע כװאַליעס פֿון דעם ברויזנדיקן טײַך. דער "בונד" איז אַרײַנגעטראָטן אין דער רוסלענדישער קאָמפּאַרטיי, און אויף דער דריטער קאָנפֿערענץ פֿון די ייִדסעקציעס זײַנען אין צענטאַל‑ קאָמיטעט געװאָרן אײַנגעשלאָסן װי פֿאָרש‑ טײער פֿונעם געװעזענעם "בונד": אהרון װײַנשטײן, משה ליטװאַקאָװ און מלכּה פֿרומקין (אסתּר). אסתּרן האָט מען, פֿאַרשטײט זיך, גלײַך געפֿונען אַרבעט: אין צענטראַל‑ביוראָ האָט זי גענומען אויף זיך די פֿאַרבינדונג מיט די ערטער, געװאָרן פֿאַרװאַלטער פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג בײַ דער הויפּט‑פֿאַרװאַל‑ טונג איבער פּאָליטבילדונג און מיט דער צענטראַלער ייִדישער פּאַרטײ‑שול. איצט האָט זי געקענט אָפּגעבן איר גרויסע דערפֿאַרונג מיט דער גאַנצער איבערגעבנ‑ קייט װי זי האָט עס געטאָן אין משך פֿון לאַנגע יאָרן... אסתּרס אויטאָריטעט איז געװאַקסן פֿון יאָרצו יאָר. זי איז אין צענטער ניט בלויז פֿון די פּאָליטישע דיסקוסיעס, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען מאָנאַטלעך אין די פּאַרטײאישע קרײַזן, נאָר אויך אין דער גאַנצער קולטור‑אַרבעט, װאָס װערט געפֿירט אין מאָסקװע און אין אַנדערע ערטער. צו איר קומט מען נאָך אַן עצה, צו איר מיינונג הערן זיך צו אַפֿילו די װאָס זײַנען אײַנגעשפּאַרט אין זייערע איבערצײַגונגען. זי איז געװען אַן אָנערקענטע טעאָרעטיקערין פֿון ייִדישע נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען אין שײַן פֿון לעניניזם. לויט די זיכרוֹנות פֿון אירע מיטצײַטלער, קאָלעגעס און שילער, פֿלעגט מען צו איר זיך שטענדיק װענדן װען עס פֿלעגט זיך שאַפֿן אַ קאָמפּליצירטע לאַגע אויפֿן טעאָרעטישן געביט. אײנער פֿון אירע שילער, דער באַקאַנטער שרײַבער און פּובליציבט הערשל סמאָליאַר דער‑ צײלט, אַז אסתּרס פּאָפּולערקייט איז באַזונדערס געשטיגן נאָך אַ לעקציע פֿון לענינס פֿרוי נאַדיעזשדאַ קאָנסטאַנטינאָװאַ קרופּסקאַיאַ אין מאָסקװער קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, װען זי האָט דאָרט דערקלערט: "לערנט זיך בײַ מאַריאַ יאַקאָװלעװנאַ פֿרומקינאַ װי אַזוי איבערצײַגנדיק צו דערקלערן דעם עולם קאָמפּליצירטע פֿראַגן". די טראַגישע מעטאַמאָרפֿאָזע, װאָס איז פֿאָרגע‑ קומען מיט אסתּרס פּאָליטישע איבערצײַגונגען, איז פּשוט מענטשלעך נישט צו דערקלערן, עס איז נישט צו באַגרײַפֿן װאָס איז אין דער זעלבער צײַט פֿאָרגעקומען מיט אַ סך אַנדערע ייִדישע פּאַרטיִי‑ און קולטור‑ טוער. עס זײַנען אַריבער עטלעכע יאָר זינט זי האָט אין "װעקער" געטאַדלט די באָלשעװיסטישע "איִנהײט", װעלכע איז געבויט "נאָר אויף גװאַלט", און דעריבער מוז זי "פֿריִער אָדער שפּעטער פּלאַצן" - און אסתּר נעמט שרײַבן איר לויב‑געזאַנג פֿאַר לענינען, דעם ראָש פֿון די באָלשעװיקעס - "לענין און זײַן װערק"... לענינס פּאַרטײ האָט זי נישט געשאַנעװעט. סטאַלינען האָט זי געקענט פּערזענלעך און נישט איין מאָל האָט זי מיט אים זיך געעצהט. לויט איר ביטע איז ער אַפֿילו אויפֿגעטראָטן אין דעם אוניװערסיטעט, וועלכן זי האָט אָנגעפֿירט. אָבער נישט די איבערגעגעבנקייט צום גרינדער פֿון דער באָלשעװיסטישער פּאַרטיי, נישט איר טרײַשאַפֿט צום "פֿירער פֿון אַלע פֿעלקער" האָבן זי נישט געקענט ראַטעװען אין דער פֿאַרדומפּטער אַטמאָספֿער פֿון שקר און צביעות. אסתּר איז געװען אַ הײמישער מענטש, אין גורל‑ דיקע מאַמענטן פֿלעגט זי קומען צו הילף יענע, װאָס פֿלעגן אַרײַנפֿאַלן אין יאוש. אָנהײב נאָװעמבער 1917 האָט זי אין איר "טאָגבוך", װאָס איז געװען פֿאַרעפֿנט‑ לעכט אין מינסקער "דער װעקער", געשריבן: "...און נאָך אַ מינוט געדענק איך, אויך אַ מאָדנע. אין אַ װײַטער רוסישער שטאָט פֿאַרשיקט, מיט פֿרײַנד, װאָס זײַנען נאָך ערגער פֿון פֿײַנט, פֿינצטער, אָן האָפֿענונג האָבן זיך געצויגן די טעג, קראַנק, שװאַך, אַלײן. אַ נאַכט געדענק איך. איינע פֿון אַ סך נעכט, װעלכע זײַנען געװען אָן שלאָף. איך בין געלעגן אויף מײַן האַרטן געלעגער און געטראַכט, געטראַכט"... ========================= אין איר פֿריִער ציטירטן אַרטיקל פֿון 26טן אָקטאָבער 1917 (דעם 8טן נאָוועמבער לויטן מערבֿדיקן יוליאַנישן קאַלענדאַר), אין וועלכן זי האָט אַזוי טרעפֿלעך פֿאָרויס‑ געזען דעם ביטערן המשך פֿון דער באָלשעװיקישער רעװאָלוציע, האָט אָבער אסתר פֿרומקין נישט געקענט פֿאָרויסזען איר אייגענעם גורל אונטער דעם סטאַלינישן דעספּאָטיזם. זי האָט נישט פֿאָרגעזען אירע נעכט פֿון פּײַן און פֿינצטערניש אויף איר פֿאַרשיקונג אין קאָמוניסטישן שקלאַפֿן‑לאַגער ערגעצװוּ אין די װיסטע סטעפּעס פֿון סאָװיעטישן קאַזאַכסטאַן קרובֿ צװאַנציק יאָר שפּעטער. די גרויסע "טשיסטקע", די "רייניקונג" און דער מכשפֿות‑ געיעג נאָך די "שׂונאים פֿון פֿאָלק" האָבן נישט אויסגעמיטן אויך די פֿאַרװאַלטערין פֿון דעם אַקאַדעמישן "אינסטיטוט פֿאַר מערב‑פֿעלקער", אסתר פֿרומקין. ”דאָס לעצטע מאָל", שרײַבט חיים בײדער, "איז אסתּר געגאַנגען צו דער אַרבעט אינעם אינסטיטוט אין איינעם אַ האַרבסט‑טאָג פֿון 1936, און אויפֿן אַנדערן טאָג איז זי שוין געװען אין דער באַװוּסטער מאָסקװער טורמע "בוטירקי". פֿון "בוטירקי" האָט זיך קיינער נישט צוריקגעקערט. פֿון דאָרט האָט געפֿירט אַ גלײַכער װעג צום עשאַפֿאָט - אָדער אויסצוגיין פֿון קראַנקייט, שװאַך און פֿאַראײנ‑ זאַמט אין אַ גולאַג פֿון דעם קאָמוניסטישן גן‑עדן. י. ל .
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען