| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דער דיכטער און מאָלער יאָני פֿײַן
(1913 – סוף 2013 )
בערך מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט די קולטור-באַװוּסטזיניקע ייִדישװעלט זיך געפֿרײט מיט זײַן הונדערט‑ יאָריקן געבוירנטאג - און אָט איז דערהאַלטן געװאָרן פֿון ניו‑יאָרק די טרויעריקע ידיעה װעגן זײַן פּטירה. דעם 6 ‑סטן דעצעמבער 2013 - שרײַבט שבע צוקער אין "מענדעלע"-פּראָגאַם פֿון דער עלעקטראָנישער פּאָסט - האָט די ייִדישע ליטעראַרישע װעלט געליטן נאָך אַ שװערן קלאַפּ. אין ברוקלין איז געשטאָרבן דער דיכטער און מאָלער יאָני פֿײַן. װאָס זײַן לעבנסװעג שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דראַמאַטיש קאַפּיטל ייִדישע געשיכטע. געבוירן דעם 5טן מײ 1913 אין קאַמיעניעץ‑פּאדאָלסקי, האָט ער זײַנע קינדעריאָרן אַדורכ-געמאַכט אין יעקאַטערינאָסלאַװ. אין יאָר 1922 האָט ער מיט זײַנע עלטערן אַריבערגעװאַנדערט קײן װילנע, װוּ זײַן פֿאָטער איז געװאַרן אַ לערער פֿון פֿיזיק און מאַטעמאַטיק אין אַ ייִדיש‑װעלטלעכער שולע. שוין אין זײַנע יונגע יאָרן האָט יאָני פֿײַן אָנגעהויבן שרײַבן און מאָלן, האָט פֿאַרענדיקט די ייִדישע גימנאַזיע און אָנגעקומען װי אַ סטודענט אין דער קונסט‑שול בײַם װילנער אוניװערסיטעט. צו 16 יאָר איז ער אַרײַן אין "בונד. ווען די סאָוויעטישע אַרמײ האָט פֿאַרנומען ווילנע אין 1939, איז ער מיט זײַן פֿרוי אַנטלאָפֿן קיין וואַרשע, אָבער ווען די דײַטשן זײַנען קורץ נאָך דעם אָנגעפֿאַלן אויף פּוילן, האָט ער זיך װידער צוריקגעקערט קיין ווילנע, און פֿון דאָרט מיט דער הילף פֿון געפֿעלשטע וויזעס אָנגעקומען דורך סיביר קיין יאַפּאַן. די מלחמה־צײַט האָט ער פֿאַרברענגט אין שאַנכײַ, כינע, און ווען די מלחמה אין אייראָפע האָט זיך פאַרענדיקט, האָט ער אין 1947 עמיגרירט קיין מעקסיקע דאָרט האָט ער געלעבט זעקס יאָר און אַנטװיקלט זײַן דיכטערישע און קינסטלערישע קאַריערע. אַ קורצע צײַט נאָך זײַן אָנקומען אַהין איז ער געװאָרן אַ לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין ייִדישן לערער‑סעמינאַר, האָט אַרויסגעגעבן די ערשטע זאַמלונג פֿון זײַנע לידער און שריפֿטן געשאַפֿענע אין כינע, "א תּליה אונטער די שטערן" און האָט אויך אויסגע-שטעלט זיינע מאָלערייען אין אַ דאָרטיקער קונסט‑גאַלעריע. זײַנע מאָלערײַען האָבן צוגעצויגן די אויפמערקזאַמקייט פֿון דעם באַרימטן מעקסיקאַנער קינסטלער דיעגאָ ריװעראַ, וועלכער האָט אים אַראַנזשירט אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע בילדער אין פּרעסטיזשפֿולן Palatso de Beyas Artes, און זײַן װאַנטגעמעל לזכר די קרבנות פון דעם חורבּן געפֿינט זיך עד היום אין דעם ייִדישן פּאַנטעאָן אויפן אשכנזישן בית עולם אין דער הויפּטשטאָט פֿון מעקסיקע. אין יאָר 1953 האָט יאָני פֿײַן חתונה געהאַט מיט אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסטין און האָט מיט איר זיך באַזעצט אין ניו‑יאָרק, װוּ ער האָט דערלערנט קונסט און קונסט‑געשיכטע און געװאָרן אַ פּראָפּעסאָר פֿון קונסט אין האָפֿראַ-אוניוועסיטעט ביז זײַן פּענסיאָנירן אין 1983. ער האָט אָבער נישט פּענסיאָנירט פֿון זײַן שאַפֿערישקייט מיט דער פּען און מיטן פּענזל. אין זעלבן יאָר 1983 איז אַרויס דער באַנד לידער "גוטע אורחים", אין 1995 - די זאַמלונג דערציילונגען א.נ. "ניו-יאָרקער אַדרעסן", און אין 2008 - אַ נײַער באַנד לידער, "דער פֿינפֿטער זמן". אין 1991 איז יאָני פֿײַן באַקרוינט געװאָרן מיט דער מאַנגער-פּרעמיע. די שאַפֿונגען פֿון זײַן טאַלאַנטפֿולער פען" האָבן זיך געדרוקט אין "די גאָלדענע קייט", "אונדזער צײַט", דער צענטראַלער אָרגאַן פֿון "בונד", און איז אַ לענגערע צײַט געװען דער רעדאַקטאָר פֿון "די צוקונפֿט". אַ ברייטערע אָפּשאַצונג פֿון יאָני פֿײַנס לעבנס‑װערק אין אַן אַרטיקל פֿון איציק גאָטעסמאַן אין "פֿאָרװערטס" לכבוד דעם דיכטערס 100 -יאָריקן יוביליי, איז געװען אָפּגעדרוקט אין "לעבנס-פֿראַגן" פֿון מײ-יוני-יולי 2013. װי געזאָגט, איז דער טויט פֿון יאָני פֿײַן אַ שװערער קלאַפּ פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור-װעלט.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען