| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אהרן שפּיראָ (1919 – 2013)
יצחק לודען
האָבן מיר שוין אויך אונדזער געטרײַען, מיט לייב און לעבן איבערגעגעבענעם חבר אהרן שפּירא פֿאַרלוירן. ער איז אַװעק פֿון דער װעלט נאָך שװערע יסורים דעם 4‑טן נאַװעמבער 2013 אין כּרמיאל, אין עלטער פֿון 94 יאָר. אַ לאַנגיִאָריקער אַקטיװער בונדיסט, אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "לעבנס-פֿראגן", האַט ער גראָד אין די שפּעטערע יאָרן פֿון זײַן לעבן באַװיזן, אַז עס איז קײנמאַל ניט צו שפּעט פֿאַר אַ שאַפֿערישן פּאָטענ‑ ציאַל זיך צו אַנטפּלעקן ווי אַ טאַלאַנטירטער פּראָזאַיִקער - מיטן דערשײַנען פֿון זײַן ערשטלינג, דעם ברייט-פֿאַרנעמיקן עפּישן ראָמאַן "מענטש און גורל", אַ בוך פֿון 560 זײַטן, װען ער איז שוין געװען אין עלטער פֿון גבֿורה. פֿאַר אָט דעם ראָמאַן איז ער שפּעטער געװאָרן באַלוינט דורך דעם ייִדישן שרײַבער‑פֿאַרבאַנד אין ישׂראל מיט דער דוד האָפֿשטיין‑פּרעמיע פֿאַרן יאָר 2009. "דער דאָזיקער ראָמאַן, װעלכער איז אַ ליטעראַרישע שאַפֿונג פֿון הויכער קװאַליטעט, שטעלט אויך מיט זיך פֿאָר איינעם פֿון די זעלטנסטע אויטענטישע ליטעראַרישע דאָקומענטן פֿאַר דער געשיכטע פֿון דעם, װאָס דער שווער געפּרוּווטער דור האָט אַדורכגעמאַכט" - װערט געזאָגט אין די מאָטיװן פֿון דער דוד האָפּשטיין‑ פּרעמיע. װען זײַן ערשט בוך איז דערשינען, אין יאָר 2002, האָט אָבער אַהרן שפּיראָ שוין געהאַט אָנגעזאַמלט אַ היפּש בינטל קורצע נאָװעלעס, מעמואַרן און דערצײלונגען. אַ טײל פֿון זײ זענען אַרײַן אין דעם בוך "אַװעק מיטן װינט", װאָס איז דערשינען אין יאָר 2006. געבוירן אין 1919 װי דאָס ניינטע קינד אין אַ חסידישער הײם אין װאַרשע, האָט ער ביז 17 יאָר געלערנט אין א ישיבה און דאַן האָט די נויט אין דער שטוב אים געטריבן צו גיין אַרבעטן כּדי צו ברענגען פּרנסה. ער האָט אָנגעהויבן באַזוכן דעם בונדישן פּאַרטיי-לאָקאַל. זיך אַרײַנגעצויגן אין דער אַקטיווער טעטיקייט פון בונד. געהערט לעקציעס, געשלונגען וועלטלעכע ליטעראַטור - און אַ נײַע וועלט האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר דעם געוועזענעם ישיבה-בחור. בעת דער היטלער-מלחמה געווען זעקס יאָר נע-ונד װי אַ פּליט אין סאָוויעט-רוסלאנד. צוריקגעקומען אין חרוב-געוואָרענעם פּוילן, וווּ צוזאַמען מיטן פּוילישן יידנטום זענען אומגעקומען זײַן מוטער, די ייִנגערע שוועסטער, אַ ברודער מיט פֿרוי און קינד און די גאַנצע אַרומיקע משפּחה. סוף 1956, געקומען קיין ישׂראל מיט אַ פֿרוי און דרײַ קינדער. שווער געאַרבעט כדי מפרנס צו זײַן די משפּחה ביז צום אַרויסגיין אויף פּענסיע. באַזונדערס אינטערעסאַנט און פֿאַרביק אין דעם בוך איז די שילדערונג פֿון אַ ספּעציפֿישן, ביז איצט נישט באַשריבענעם ווינקעלע פֿונעם לעבן און גוֹרל פֿון אַ גרופּע יוגנטלעכע, וואָס האַבן זיך אַרויסגעריסן פֿון ישיבֿות און זיך אַרײַנגעפֿלאָכטן אין וועלטלעכן לעבן, אין דעם בונדישן אַז"ג "אַרקאַדי-קרײַז". צו זיי האָט אויך געהערט אהרן שפּיראַ, װעלכער האָט אויסגעמאָלן מיט זײַן פֿעדער אַ פֿאַרביקע מאָזאַיִק פֿון צענדליקער לעבנס־געשיכטעס. אַליין אַרויסגע װאַקסן פֿון דעם װאַרשעװער ברויזנדיקן לעבן, האָט ער פֿון דאָרט געשעפּט די טעמאַטיק פֿון זײַנע זאַפטיקע דערצײלונגען. אַהרן שפּיראַ איז אויך געװען אַן אַקטיװער מיט‑ אַרבעטער פֿון אונדזערע "לעבנס־פֿראַגן". אין דעם קולטור‑קרײַז בײַם אַרבעטער-רינג, אין וועלכן ער איז געװען אַן אַקטיווער מיטגליד. אויף די געלעגנהייטלעכע אונטערנעמונגען און פֿײַערונגען פֿלעגט ער אויפֿטרעטן מיט רעדעס און מיט באַלערנדיקע רעפעראַטן. כבוד זײַן אָנדענק.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען