| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דער דיכטער פֿונעם דיכטערלאַנד
י. ל.
מיטן מאָטאָ פֿון געטעס באַרימטן פֿערז, אַז "װער דאָס דיכטן װיל פֿאַרשטײן, מוז אין לאַנד פֿון דיכטונג גיין, / און װער דעם דיכטער װיל פֿאַרשטײן, מוז אין לאַנד פֿון דיכטער גיין.//- האָט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט געעפֿנט זײַן בוך "בלאָע װינקלען" װעגן איציק מאַנגערן. שפּיגלבלאַט אַנאַליזירט דעם דיכטער װי מיט זײַן טאַטנס, דעם זײגערמאַכערס, שפּאַקטיװ. ער קען דעם דיכטערס לאַנד פֿון דרויסן און פֿון אינעװיניק - זײַענדיק אַלײן אויך אַ דיכטער פֿונעם דיכטערלאַנד. אָנהײבנדיק פֿונעם חדר אין זײַן געבורטשטאָט קימפּעלונג, אין בוקאָװינע, האָט ער זיך אויסגעפֿלאַסטערט זײַן לעבנס‑וועג צו לערנען און צו װיסן דורך דער רומענישער גימנאַזיע אין זײַן שטאָט און איבערלעבנדיק די מלחמה אין די קאָנצענטראַציע‑ לאַגערן אין טראַנסניסטריע, שטודירט ער נאָך דער מלחמה אין אוניװערסיטעט אין בוקאַרעשט, און װערט דאָרט אַ לעקטאָר פֿון רוסישער ליטעראַטור. אין 1964 קומט ער אָן קיין ישראל, באַזעצט זיך אין פּתח-תּקװה, װערט באַשעפֿטיקט בײַ רעדאַקטאָרישער אַרבעט אין דער רומעניש‑שפּראַכיקער צײַטונג "װיאַצאַ נאָאַסטראַ"- ביז ער באַקענט זיך מיט סוצקעװערן און װערט מיטרעדאַקטאָר פֿון "די גאָלדענע קייט". די דאָזיקע תּקופֿה פֿון 1971,,ביז דער זשורנאַל שליסט זיך אין 1995, איז געװען די גאָלדענע תקופֿה פֿון שפיגלבלאַטס שאַפֿערישקייט. אין יאָר 1984 איז ער געװאָרן באַלוינט מיט דעם מאַנגער-פריִז און -אין דעם צײַט- אָפּשניט ביז זײַנע לעצטע טעג האָט ער אַרויסגעגעבן אַ טוץ ביכער פֿון לידער און פֿון פּראָזע, עסייען און מאָנאָגראַפֿיעס, צװישן זײ װעגן דעם דיכטער איציק מאַנגער און דעם משׂלים‑שרײַבער אליעזר שטײנבאַרג, און װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿאַר װעלכער זײַן טויט איז אַזאַ שװערער און װײטיקלעכער פֿאַרלוסט.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען