| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ביביס קאַץ-און-מויז-שפּיל מיט אַבו מאַזען
װער װעט דער ערשטער זאָגן "נײן"?
דער געראַנגל פֿאַרן שלום דערנענטערט זיך צו זײַן גוֹרלדיקער אַנטשײַדונג.דער גוֹרל פֿון דער אַנטשײדונג ליגט אָבער אין די הענט פֿון דעם פּרעמיער נתניה , װעמעס שטעלונג איז נאָך אַלץ אַ רעטעניש פֿון אַ פּאָקער-שפּילער. דער געראַנגל פֿאַרן שלום איז אָבער נישט קיין פּאָקער-שפּיל. דער פּרעמיער נתּניהו געפֿינט זיך אונטערן דרוק פֿון אָן אַ שיעור שטערנדיקע פֿאַקטאָרן, בראָש פֿון װעלכע עס שטייט זײַן אָבסע-סיװער װילן צו בלײַבן בײַ דער מאַכט, צוליב װאָס ער איז געװאָרן דער שפּיל-באַלעם פֿון די סאַמע פֿאַנאַטישסטע מיליטאַנטישע כוֹחות, װאָס זײַנען אויסגעװאַקסטן אונטערן פּוכענעם איבערבעט פֿון דער אָקופּאַציע. אויפֿן הויכן שטאַפּל פֿון זײַן פּריאָריטעט-לײטער שטייט אָבער די ברירה צװישן זײַן טרײַשאַפֿט צו זײַן פֿאָטערס אידעאָלאָגישער ירושה און דער מלוכישער רעאַל-פּאָליטיק, װאָס פֿאַרפֿליכטעט דעם. װאָס שטײט בײַם רודער פֿון דער מדינה. הינטער אים שטייט אָבער נפתּלי בענעט, דער מנהיג פֿון דער "ייִדישער הײם" -"הבית היהודי" -די ראַדיקאַליזירטע װערסיע פֿון דעם רעליגיעז-נאַציאָנאַלן מפֿד"ל.געהאָלפֿן צום שידוך מיטן "ליכוד" האָט אים זײַן "ליבעראַלער צװילינג‑רודער יאיר לַפּיד, נאָר למעשה האָט אים נתּניהו אַרײַנגענומען אין דער רעכטער קאָאַליציע צו פֿאַרזיכערן זײַן מאַכט. בענעט האָט אָבער פֿאַרנומען די פּאָזיציע פֿון דעם second drive r דעם שאָפֿער פֿונעם מלוכישן װאָגן ער זאָל חלילה נישט אָפּװײַכן פֿונעם װעג... אין אָט דער ראָלע האָט בענעט אַטאַקירט נתּניהון אַז ער איז טאַקע אַראָפּ פֿונעם װעג און האָט "פֿאַרלוירן די עטישע װערטן" װען דער האָט אַרויסגערוקט די מעגלעכקייט, אַז אַ טײל פֿון די קאָלאָניסטן זאָלן בלײַבן אונטער דער פּאַלעסטינער סוּװערעניטעט. דער באַלײדיקנדיקער זאָג האָט אויפֿגעשטורעמט די פּאָליטישע אַרענע, װעלכע האָט זיך גיך פֿאַרענדיקט װי אַ שטורעם אין אַ לעפֿל יויך. אײן קראָ װעט דער צװײטער קיין אויג נישט אויספּיקן. אַלע װאַרטן איצט אויף דעם אויפֿגעצװוּנגענעם אַמעריקאַנישן ראַמען‑ אָפּמאַך און אויף דעם פרײַז פֿון דער שטראָף פֿאַר די פֿאַרהוּליעטע 47 יאָר. באַצאָלן װעלן אים במילא נישט די קאָלאָניסטן, נאָר די שטײַער‑צאָלער פון דער זײַט גרינער ליניע. איצט װאַרט מען נאָר װער עס װעט דער ערשטער זאָגן "נײן": נתּניהו צי אבו מאַזען, כּדי אָנצוהײבן צאָלן די האַרבע שטראָף פֿאַר דעם אָפּזאָג ד"ה - דעם פּרײַז-עטיקעט פֿאַר דער שטראָף...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען