| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אויפֿן סדר היום:
דער חודש יאַנואַר 2014 - אַ חודש פֿון נאַציאָנאַלע לװיות; /די פּרשה פֿון דער װאָך: הרבֿ פּ ינטו און זײַנע מיליאָנערן, הויכע פּאָליצײ דיגניטאַרן און קרימינאַלן; / די סדרה פֿון די גאַז-אויפֿרײַסן;די מוסטערהאַפֿט אָרגאַניזירטע פּראָטעסט - מאַרשן פון די גערודפֿטע אַפֿריקאַנער פּליטים אינעם ייִדישן פּליטים-לאַנד; / נתּניהוס דריי לוקסוס‑הײַזער און שרהס שמעקעדיקע שבת-ליכט; עס האָט שוין װער פֿאַר אונדז געזאָגט, אַז מיטן מלכותדיקן אָדער נאַציאָנאַלן טיטל װערן באַשאָנקען נאָר בּכבֿודיקע און פּאַטריאָטישע אָביעקטן, װי.למשל: אַ נאַציאָנאַלע באַנק, אַ נאַציאָנאַלער טעאַטער, אַ נאַציאָנאַלע אָפּערע אדג"ל-, אָבער נישט, להבֿדיל, קיין נאַציאָנאַלער דעפֿיציט, אָדער אַ נאַציאָנאַלע טורמע. אַזוי האָבן מיר אויך זעלטן ווען געהערט װעגן אַ נאַציאָנאַלער לװיה. בײַם סוף פֿון דעם אלטן, און מיטן אָנהײב פֿון דעם נײַעם יאָר, האָבן מיר דאָס געהאַט בשפע, ממש אַ פֿעסטיװאַל פֿון לװיות, און טאַקע פֿון גאָר װאַזשנע סעלעבריטיס, װי די לװיה פֿון דעם גאון הדור דעם ראשון לציון, הרבֿ עובֿדיה יוסף, װעלכער האָט זיך אויסגעצײכנט מיט זײַנע קללות קעגן אַלע זינדיקע", די קעגנער און כּ וֹ פֿרים, קיבוצים און אשכּנזים, און אַפֿילו די קרבּנות פֿונעם חורבּן, װאָס גאָט האָט זײַ באַשטראַפֿט פֿאַר די זינד פֿון זייערע אבֿות, און אויך די פּאָליטישע מנהיגים, װאָס פֿלעגן אַלע קומען אים קושן די האַנט און קריגן זײַן בּרכה. זײַן ריזיקע לװיה האָט דרײַ טעג פֿאַרשטאָפּט די.גאַסן פון ירושלים און די טעלעוויזיע און פּרעסע. נאָך אים - דער טויט פֿון דעם זײער פּאָפּולערן זינגער אַריק אײַנשטיין, דערנאָך דער לװיה‑ריטואַל פֿון אַריק שרון נאָך די 8 יאָר פֿון זײַן לעטאַרגישן שלאָף, דער טויט פֿון דעם שרײַבער יורם קאַניוק און דיכטער דידי מנוסי,און די אומדערמידלעכע קעמפֿערין פֿאַר מענטשן‑רעכט און גרינדערין פֿון מר"צ, שולמית אַלוני. אַון דער פּרעמיער נתּניהו מאַניפּולירט און מאַנעװרירט אַזוי װי אַן אַקראָבאַ ט אויף דער שטריק פֿון דער שעקספּירישער דילעמע צװישן זײַן פֿאַרפֿליכטונג װעגן צװײ מדינות פֿאַר צװײ פֿעלקער און זײַן אָבסעסיװן װילן צו בלײַבן פֿאַר יעדן פּרײַז בײַ דער מאַכט האַזאַרדירנדיק מיטן גוֹרל פֿון דער מדינה. ------------------------------------------
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען