| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס פּאָעזיע וועגן דעם פּאָגראָם אין בריסק
עדי מהלאל
א. די פּאָעמע "אַ בענקל אַוועקגעשטעלט צוקאָפּנס" [1] , אַזוי ווי טעלערס ליד "די בריסקער ייִדן רעדן" (זע: עדי מהלאל, מערץ־אַפּריל, 2013), האָט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי אָנגעשריבן נאָכן פּאָגראָם, וואָס איז געשען אין 1937 אין בריסק; אַ שטאָט אינעם זעלבן קאַנט וווּ זי איז געבוירן געוואָרן (קאַרטוז־בערעזע, פּוילן), און וווּ זי האָט אין 1923 פֿאַרבראַכט אַ קורצע צײַט.קאַדיע מאָלאָדאָווסקי (1894־1975) האָט געהאַט עמיגרירט אין 1935 פֿון פּוילן קיין אַמעריקע, און איר ליד וועגן דעם בריסקער פּאָגראָם האָט זי אָנגעשריבן שוין אין אַמעריקע. דער ענין גלות, און איר אָפּפֿרעמדונג פֿון דער אַרומיקער אַמעריקאַנער ייִדישער סבֿיבֿה, ווערן באַהאַנדלט אין אירע לידער פֿון יענער תּקופֿה. ב. "אַ בענקל אַוועקגעשטעלט צוקאָפּנס" דריקט אויס די יסורים פֿון זײַן ווײַט פֿון דער היימישער סביבה. "אַלץ שווימט אַוועק" פֿאַר דעם לידס רעדנער אין אַ שרעקלעכן קאָשמאַר, און ער דאַרף זיך באַניצן מיטן כּח־הדמיון זיך צו פֿאַראייניקן מיט די גוואַלדטאַטן דאָרטן אין מזרח־אייראָפּע. פֿאַר זיך אַליין איז ער מודה אויף דעם דורכפֿאַל פֿון אָט דער באַמיִונג. אַנטקעגן טעלער וואָס שפּילט די ראָלע פֿון אַ פּסיכאָלאָג פֿון זײַנע רעדנערס (די בריסקער ייִדן), שפּילט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי די ראָלע פֿון אַ פּאַציענט. למשל ווי דאָס וואָרט "מאַטער" ווערט אַנדערש באַניצט אין יעדן ליד: טעלער שרײַבט מכּח די בריסקער ייִדנס "מאַטער־ געלעגערס" נאָכן פּאָגראָם, בשעת מאָלאָדאָווסקיס ליד ענדיקט זיך מיטן פּאָעטישן רעדנערס אייגענעם קאָפּ וואָס "גייט דורך שטעכיקן און האַרטן מאַטער." מאָלאָדאָווסקיס ליד רופֿט אַרויס אַ כּסדרדיק געפֿיל פֿון אַן אָרט-פֿאַרמישונג. שוין אין דער ערשטער סטראָפֿע פֿילט דער רעדנער אַן אָפּפֿרעמדונג פֿון זײַן אייגענעם בעט. צוגעלענט האָט ער זײַן שלאָף פֿון עמעצן פֿון זײַנע "גוטע ברידער", דהײַנו, פֿון אַן אַנדערן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד. דער רעדנער באַש־ טעטיקט דעם פֿאַקט אַז זײַן וועלט איז די מיזרח־ אייראָפּעיִשע וועלט מיט מעטאָנימיעס סײַ פֿון דער מאָדערנער קולטור (קולבאַקס לידער), סײַ פֿון דער טראַדיציאָנעלער (דעם סידור). נאָר חלומענדיק וועגן אַוועקפֿליִען אין דער אַלטער היים פֿילט ער זיך אַ ביסל באַקוועם. "מײַן וועלט איז אַזאַ גרינגע" זאָגט ער אונטערוועגנס, נישט דאָ און נישט דאָרטן, נאָר שוועבנדיק דורך ערטער. ווען ער קומט שוין אין אַן אנדער אָרט איז דאָס שוין "אַ פֿרעמד בעט" מיט "אַן אומבאַקאַנטער וואַנט אַנטקעגן". די מיזרח־אייראָפּעיִשער וועלט, בריסק אין דעם פֿאַל, גייט דורך אַ קריזיס. מאָלאָדאָווסקי מאָלט אונדז בילדער פֿון אַ חורבן מיט: צעהאַקטע שויבן, היטלען, פֿינצטערקייט אין וועטער, פֿאַרחלשטע, פֿאַרשטויבטע וועגן, פֿאַרקרימטע פֿון אַ רויבערשן צעשמעטער. דער פּרוּוו ממשיך צו זײַן מיטן לעבן איז אַ פּאַטעטי־ שער און אַ טרויעריקער. דער קאַטערינקע אינעם ליד הייסט דער רעדנער שפּילן "נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל - דעם זעלבן זמר" - דעם זמר פֿון חורבן. דער רעדנער שטרעבט לפּחות גײַסטיק און פּסיכיש דורך אַ חלום, אין זײַן אינערלעכער דראַמע פֿון אָרט־פֿאַרמישונג, זיך צו פֿאַראייניקן מיט די בריסקער ייִדן. אַנטקעגן זיי, בלײַבט ער פֿיזיש גאַנץ, ס'איז זײַן קאָפּ, זײַן פּסיכיק, "וואָס גייט דורך אַ שטעכיקן און האַרטן מאַטער." די קרבן-פֿאַרברעכער באַציִונגען זענען נישט באמת פֿאַראַן אין מאָלאָדאָווסקיס ליד. קיינער אין איר ליד באַשולדיקט דעם אָדער יענעם צד. בעצם קאָנצענ־ טרירט זיך דער רעדנער אויף זיך אַליין און אויף שילדערן, אָדער פּרוּוון שילדערן, די חרובֿע שטאָט בריסק. ווי געזאָגט, איז דער הויפּט־מאָטיוו אין איר ליד: דער פּרוּוו און דער דורכפֿאַל גובֿר צו זײַן די געאָגראַפֿישע דיסטאַנץ. ביאַליק און טעלער זײַנען דאָך ביידע געווען אויף די פּאָגראָם־ערטער, און געזען מיט זייערע אייגענע אויגן וואָס עס האָט פּאַסירט. מאָלאָדאָווסקי איז געווען שטאַרק באַוווּסט־ זיניק לגבי דעם דאָזיקן גרויסן אונטערשייד, און האָט געוואָלט פּאָעטיש רעאַגירן דערויף. דעם ענין פון "דזשענדער" ("מין") קומט דאָ אין שײַכות מיטן פאַקט אַז פֿרויען שרײַבן נישט קיין פּאָגראָמלידער, און זיי פֿאַרמעסטן זיך נישט צו זײַן אַ ביאַליק. זיי זענען כּלומרשט לכתּחילה מער "היים-אָריענטירט", גייען זיי נישט אין קיין פּאָגראָם־ערטער ווי ביאַליק און טעלער האָבן געטאָן. דער פֿאַקט אַז טעלער פֿילט זיך אין גאנצן נישט געפּענטעט, האָט אפֿשר צו טאָן אי ווײַל ער איז אַ שליח פֿון אַמעריקע, אי ווײַל ער איז אַ מאַנצביל. מאָלאָדאָווסקין האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצודריקן אַ מצבֿ פֿון אוממעכטיקייט. ווי די בריסקער ייִדן האָבן אַרויסגעוויזן זײער שוואַכקייט אַנטקעגן "אַ יריד" פֿון פּאָגראָמטשיקעס, באַווײַזט דער רעדנער די אוממעכטיקייט צו זײַן מיט די בריסקער ייִדן און מיטצופֿילן זייער וויי. צודערצו ווערט אַלץ צעברעקלט אינעם רעדנערס וועלט. דער הימל איז געפֿאַלן און דערמיט זײַן גלויבן. און אויב די צדק־סיסטעמען זענען זיך צעפֿאַלן, וווּ און צו וועמען קען ער זיך באַקלאָגן? ווער טראָגט אויף זיך איצטער די אַחריות אונטער־ צושיידן צווישן גוטס און שלעכטס? אויב "אַלץ שווימט אַוועק" און קיינער טוט גאָרנישט, וועמען זאָל ער באַשולדיקן אין די פֿאַרברעכנס? האָט ער באַשלאָסן צו באַשולדיקן נאָר זיך אַליין און צוליב דעם פּײַניקט ער זיך מיט אַ קאַראַהאָד אַרום זײַן קאָפּ "וואָס גייט דורך אַ שטעכיקן און האַרטן מאַטער." אַלצדינג בלײַבט אינעווייניק אין זיך. ווײַל דער רעדנער לײַדט אַזוי שטאַרק דערפֿון וואָס ער איז אַ פֿאַרזיכערטער (אין אַמעריקע), און ער געפֿינט זיך נישט דאָרטן, קען ער אַזוי בײַקומען אָדער לכל-הפּחות אַנטקעגנקומען דעם האַרבן מצב. וואָלט ער אָנגעהויבן פּראָטעסטירן קעגן וועמען עס זאָל נישט זײַן, וואָלט עס אָפּגעשוואַכט זײַנע אייגענע פּסיכישע יסורים. ד. בײַ מאָלאָדאָווסקין פֿונקציאָנירט דער געלעגער-מאָטיוו אויף אַ צענטראַלן אופֿן. ראשית, קומט דאָס גאַנצע ליד פֿאָר אין שלאָף. פֿאַקטיש, הייבט זיך עס אָן "פֿאַר טאָג" - אַ מין חלומדיקע צווישנצײַט וואָס מאָלאָדאָווסקי באַניצט כּדי צו פֿאַרשטאַרקן דעם רעדנערס צווישנאָרטיקייט-מצבֿ. עס בײַטן זיך כּסדר בעת חלומדיק די געלעגערס צווישן דעם רעדנערס און עמעצנס פֿון זײַנע "גוטע ברידער". און דער רעדנער שלאָפֿט נישט אַליין, ער שלאָפֿט מיט 'מיזרח-אייראָפּע' צוקאָפּנס. דאָס בענקל באַטײַט, אויף אַ מעטאָנימישן אופֿן, די ייִדישע מיזרח-אייראָפּיִשע ציוויליזאַציע אויף איר מאָדערנער פּאָעזיע און איר אַלטן 'צעבלוטיקטן' סידור. דער רעדנער רירט זיך פֿיזיש נישט אָפּ פֿון זײַן בעט, אָבער אפֿילו דרימלענדיק פֿליט ער אַוועק ביז ער ליגט שוין אויף אַ פֿרעמדער בעט. די צײַט האָט זיך נישט געענדערט - "אַ ייִד אין בריסק" שלעפּט דאָך אויך "פֿאַר טאָג" זײַן ברעט. עס בלײַבן קיין שום ספֿקות לגבי דעם פֿאַקט אַז דער רעדנער פֿליט אין אַן אַנדער אָרט, נישט קיין אַנדער צײַט. דער סימן פֿון אַן אָרט־בײַטונג דריקט זיך אויס אין דער איבערגעחזרטער שורה "אַלץ שווימט אַוועק". זי ווערט דערמאָנט איין מאָל ווען דער רעדנער קומט קיין בריסק, דעמאָלט איז דאָס שײַך אויך לגבי זײַן גלויבן, און אַ צווייט מאָל אין דער לעצטער סטראָפֿע ווען ער קומט צוריק. דער פֿאַנטאַזיאָנערישער פֿאָר דריקט אויס אַ וויכטיקן טייל פֿונעם רעדנערס טראַגישן עקסיסטענציעלן מצב - זײַעענדיק אין איין אָרט בשעת זײַנע ברידער מאַטערן זיך דאָרטן. בלײַבט ער בלויז מיט אַ מאַטערנדיקן שטעכיקן קאָפּ, צוריק אויף זײַן ממשותדיקן געלעגער. איז ער נאָך אַלץ געווען נאָר 'אַ גאַסט אויף אַ ווײַלע' אין בריסק. דאָס לעבן פֿון אַן עמיגראַנט קומט דאָ צום אויסדרוק - די איבערלעבונג פֿון איינעם וואָס ווייסט נישט גענוי וווּהין ער באַלאַנגט. ה. מאָלאָדאָווסקיס ליד איז סײַ אַ פּאָגראָמליד, סײַ אַ ליריש ליד. דאָ געשעט אַן אינערלעכע דראַמע, וווּ דער פּאָעטישער רעדנער פּראָבירט גובֿר צו זײַן די פֿיזישע ווײַטקייט פֿון די געשעענישן און זיך צו פֿאַראייניקן מיט די בריסקער ייִדן. זײַענדיק אַליין אַ מין 'געפּײַניקטער פּאַציענט', שטרעבט דאָ דער רעדנער זיך צו פֿאַרהיילן דורך אַזאַ מין פֿאַראייניקונג. געפֿינענדיק קיין אויסוועג און קיין אָפּטימיזם לגבי דעם מצבֿ, באַשולדיקט ער קיינעם נישט אין די פֿאַרברעכענס, ווי ביאַליק און טעלער האָבן געטאָן. בלײַבט ער אַליין לסוף מיט אַ מאַטערדיקן קאָפּ, דער מאַקסימום וויי וואָס ער קען פֿאַר זיך דערגרייכן אָן צו זײַן באמת דאָרטן.
[1] קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, דאָס לאַנד פון מיין געביין (שיקאַגע: ל.מ. שטיין, 1937), 86־87. קאַדיע מאָלאָדאָװסקי
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען