| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
מכּוח לייב טעלערס צוויי מינים טעקסטועלע עדותשאַפֿטן פֿון דעם פּאָגראָם אין בריסק
עדי מהלאל / ניו־יאָרק
א. יהודה לייב טעלער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד "די בריסקער ייִדן רעדן" גלײַך נאָכן בריסקער פּאָגראָם (פֿון 13טן מײַ 1937). ווי אַ ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ניו־יאָרקער טאָגצײַטונג "דער מאָרגען־זשורנאַל" אין פּוילן, האָט טעלער באַזוכט די שטאָט בריסק סך־הכּל פֿינף טעג נאָכן פּאָגראָם, און האָט געשריבן וועגן דעם רעפּאָרטאַזשן. טעלער (1912—1972) איז געווען איינער פֿון די לעצטע שטערן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער מאָדערניזם־סצענע (עמיגרירט קיין אַמעריקע האָט ער אין עלטער פֿון 9 יאָר). אָבער אין יענע יאָרן, בפֿרט אין זײַן בוך "לידער פֿון דער צײַט" (1940), האָט ער איבערגעביטן די מאָדערניסטישע פּאָעטיק אויף שילדערן קאָנקרעטע קאַמפֿן און געשעענישן. אין דעם לידער־ציקל אונטערן נאָמען "זקני ציון" האָט ער באַהאַנדלט דעם ענין אַנטיסעמיטיזם. די לידער גייען האַנט בײַ האַנט מיט זײַנע זשורנאַליסטישע ווערק. ווי ס'איז טיפּיש פֿאַר זײַן שאַפֿונג פֿון יענער צײַט, האָט טעלער אין "די בריסקער ייִדן רעדן" אָפּגעווישט די גרענעצן פֿון צײַט. דורך כּסדרדיקע צײַט־אַנאַלאָגיעס - צווישן דעם בית־המיקדש און אונדזער שולכל, דעם שטערן־צייכן, וואָס הײַנט טראָגט אים דווקא הבֿל און נישט קַין - פּרובירט ער אויסדריקן דעם אַבסורד פֿון די בילבולים קעגן ייִדן. אַפֿילו די נעמען פֿון מאַרקס און ראָטשילד ווערן דערמאָנט בבֿחינת צוויי עקסטרעמע און אומרעפּרעזענטאַטיווע בײַשפּילן פֿון ייִדן. ער ניצט מעטאָנימיעס צו באַשרײַבן די שׂונאים: אַ פּשוטן ב . טעלערס רעפּאָרטאַזש (אָנגעשריבן דעם 18טן מײַ און געדרוקט דעם 31סטן מײַ 1937) דינט ווי אַ וויכטיקער מקור בעסער צו פֿאַרשטיין דאָס ליד גופֿא. ער באַשרײַבט באַריכות דאָרט בײַם אָנהייב ווי די אָרטיקע ייִדישע צײַטונגען האָבן צוליב דער צענזור געמוזט זיך באַניצן מיטן וואָרט "געשעענישן" אַנשטאָט "פּאָגראָם", און וועגן די שוועריקייטן פֿון פֿאָרן קיין בריסק. ער גיט אַזאַ מין לאַנגע הקדמה כּדי צו פֿאַרשטאַרקן, פֿאַר זיך אַליין און פֿאַר די לייענערס, דאָס געפֿיל פֿון שליחות און אַחריות שרײַבנדיק אָט די שורות. קיין בריסק איז ער כּלומרשט ממש עולה־רגל ווען ער שרײַבט: "מוצאי־שבֿועות בין איך אַראָפּגעפֿאָרן קיין בריסק". זײַענדיק שוין אין בריסק ווערט ער פֿאַרחידושט פֿון די שטאַרקע באַמיִונגען מצד דער רעגירונג אויפֿצורוימען די גאַסן כּדי נישט צו לאָזן קיין סימן פֿון דעם וואָס האָט פּאַסירט: "די מאַכט האָט אַוועקגעשטעלט רוימער און קערער, זיי זאָלן אָפּרייניקן פֿון די גאַסן די פֿעדערן פֿון צעריסענעם בעטגעוואַנט, זיי זאָלן אָפּוואַשן די בלוט־פֿלעקן, וואָס עס האָבן הינטער זיך געלאָזט אויף די טראָטואַרן פֿון בריסק די ייִדישע קרבנות... אָבער סימנים וועלן זײַן לעבעדיקע עדות..." אין זײַן פּאָעטיק ניצט טעלער דעם זעלבן מאַטעריאַל, אָבער אויף אַ פֿאַרגלײַכיקן אופֿן: מיר זענען אָרעמע קרובֿים און פּשוטע ייִדן. אונדזערע אויגן פֿלאַטערן איבערן שטעטלשן מאַרק, ווי פֿעדערן פֿון צערויבטן בעטגעוואַנט, זוכן אַ קונה אויף אַ מעטער וואַרע, אויף אַ גלעזל קוואַס. די פֿעדערן פֿון דעם צעריסענעם / צערויבטן בעטגעוואַנט זענען פּאַראַלעל דאָ צו די פֿלאַטערנדיקע פֿאַרייִאושטע אויגן פֿון די ייִדן איבערן מאַרק; מענטשן וואָס זענען געוואָרן שאָטנס פֿון זיך אַליין. די דריטע סטראָפֿע באַשרײַבט די פּרוּוון פֿון די ייִדן זיך אומצוקערן צום טאָג־טעגלעכן לעבן, נישט געקוקט אויף די פֿיזישע און פּסיכישע שוועריקייטן. דער פּאָעט שרײַבט וועגן "אונדזערע טעכטער" וואָס "בינדן סטענגעס אין די האָר", בשעת אינעם אַרטיקל ווײַזט זיך "אַ ייִדיש מיידל מיט צעפֿלאַטערטע צעפּ", וואָס ציט צו זיך צו פּאָגראָמשטשיקעס מיט נידעריקע אינסטינקטן. די פֿיזישע און מאַטעריעלע לײַדן - "ברעכן ייִדישע קעפּ און חרובֿ מאַכן ייִדיש האָב־און־גוטס." - ווערן ברייט באַשריבן אינעם אַרטיקל. אין דעם ליד, באַטאָנט טעלער דעם העלדישן פּרוּוו פֿון די ייִדן אַלץ גיך צו רעפּאַרירן און צו קומען צו זיך. די יחידים וואָס ער באַהאַנדלט אין דער פֿינפֿטער סטראָפֿע, זענען געוואָרן די מעטאָנימיעס פֿאַר די פֿאַרוווּנדיקטע ייִדן. די צוויי מעטאָנימיעס זענען באַזירט אויף ממשותדיקע פּערזאָנען, וואָס טעלער האָט זיך מיט זיי געטראָפֿן און באַשריבן אינעם אַרטיקל. אינעם ליד דערמאָנט ער: "דער אַלמנהס טאָכטער / וועט זיך רײַסן צום אָקריפּ / בײַם אָנבליק פֿון אַ מאַנסביל." אינעם אַרטיקל שרײַבט ער וועגן אַ באַזוך בײַ אַ פֿאַרוויינטער מאַמען, וואָס דערציילט וועגן דעם שלעכטן מצבֿ פֿון איר טאָכטער זינט דעם פּאָגראָם: "...די שקצים האָבן איר נאָכגעיאָגט, זי געכאַפּט, צעריסן אויף איר דאָס קלייד. מיטאַמאָל האָבן זיי דערזען ווי זייערע חבֿרים ראַבעווען אַנטקעגן אַ גרויסן סקלאַד. זײַנען זיי אַהין געלאָפֿן און אָפּגעלאָזט מײַן טאָכטער. אָבער זײַט דאָנערשטיק וויל זי זיך ניט וואַשן, וויל זיך ניט קעמען, און וויפֿל איך בעט זיך ניט בײַ איר, וויפֿל איך וויין ניט: 'ביילטשע וואַש זיך אַרום', ענטפֿערט זי מיר: 'איך וויל זיך ניט וואַשן... פֿאַר וועמען זאָל איך זיך וואַשן, פֿאַר די שקצימס וועגן?' זי איז איין טאָכטער בײַ מיר, אַ קלוגע, אַ געראָטענע, און דאָ מיט אַמאָל... ווען איך האָב געלט וואָלט איך געפֿאָרן צום גערער רבין, איך וואָלט געפֿאָרן קיין וואַרשע צו דאָקטוירים. מענטשן מיינען אַז עס וועט אַריבערגיין. ווי מיינט איר? עס איז גאָרניט, זי וועט זיך באַרויִקן?" פֿונעם ציטאַט (מיר ברענגען אים אין הײַנטצײַטיקן אויסלייג) קאָן מען משער זײַן לגבי די פֿאַרגוואַלדיקונגען, וואָס די טאָכטער האָט אַדורכגעלעבט, אַפּנים אַ שענדונג. אינעם ליד, אין סך־הכּל דרײַ קורצע, אָבער געדיכטע שורות, באַקומט מען די גאַנצע דראַמע דורך סובטעלע רמזים. דערצו ווערט דערמאָנט אינעם ליד אַ יאַנקל סטעלמאַך, וואָס "וועט שוין קיין מאָל ניט פֿאַרגעבן דאָס פּחדנות פֿון זײַנע דעמבענע הענט". די שורות קומען אינעם ליד גלײַך נאָכן דערמאָנען דער אַלמנהס טאָכטער, לויטן זעלבן סדר ווי אינעם אַרטיקל. טעלער שילדערט אינעם אַרטיקל זײַן שמועס מיט: "...אַ ייִד מיט פּלייצעס, מיט אַ פֿאַרמעליקטער באָרד, מיט כּוח אין געשטעל און גאַנג... ווען ער רעדט, רעדט ער מיטן לשון פֿון ביאַליקס 'שחיטה־שטאָט', כאָטש ער האָט עס זיכער קיינמאָל ניט געלייענט. 'איך האָב הענט, איך האָב פּלייצעס, איך האָב כּוחות - אָבער וווּ בין איך געווען ווען די גויים האָבן געבושעוועט? איך האָב זיך באַהאַלטן אין שטוב. איר פֿאַרשטייט, איך, איך האָב זיך באַהאַלטן אין שטוב און געלאָזט באַרויבן ייִדן, געלאָזט ברעכן ייִדישע קעפּ. איך שעם זיך פֿאַר לײַט. איך, יאַנקל דעמב, האָב זיך באַהאַלטן'. און דערנאָך גיט ער צו: 'מײַן ווײַב איז שולדיק. זי האָט מיר געזאָגט: זע, וואָס עס איז געשען אין פּשיטיק. קעגנגעשטעלט. קעגן מלכות טאָר מען ניט זײַן קיין חכם. פֿאַר קעגנשטעלן זיך באַקומט מען תּפֿיסה. איך האָב זי געפֿאָלגט. אַ בראָך צו מיר, איך, יאַנקל דעמב, האָב זיך באַהאַלטן אין אַ שטוב'. ער ווישט מיט אַן אַרבל די אויגן און שמאָרעט מיט דער נאָז". ערשטנס, איז קלאָר, אַז טעלער שפּילט דאָ מיט דעם נאָמען: 'יאַנקל דעמב דער בעל־גוף' איז געוואָרן אינעם ליד 'יאַנקל סטעלמאַך מיט די דעמבענע הענט'. דערצו איז בולט, אַז טעלער האָט באַשלאָסן אַליין נישט צו אַטאַקירן די קרבנות גופֿא פֿאַר זייער כּלומרשטער שוואַכקייט. ג. דורכן נישט באַשולדיקן קיינעם אַחוץ די פּאָגראָמשטשיקעס אַליין און די פּוילישע רעגירונג, שטעלט זיך טעלער בפֿירוש אַנטקעגן ביאַליקס שטעלונג אין "בעיר ההריגה" (1903). טעלער זאָגט זיך אָפּ צו שפּילן ווי ביאַליק, די ראָלע פֿון אַ בייזן מלא־חמהדיקן נבֿיא, וואָס לאָזט אויס אַ תּוכחה דווקא קעגן די קרבנות פֿון אַ פּאָגראָם. טעלער וויל, אי פּאָעטיש אי זשורנאַליסטיש, דערציילן זייער געשיכטע (כּלומרשט) אין זייערע אייגענע ווערטער. ער איז לאַוו־דווקא נישט מסכּים מיט ביאַליקן לגבי דער וויכטיקייט פֿון זעלבסט־שוץ, אָבער פּאָעטיש, איז ער דער פּסיכאָלאָג, דער טרייסטער און דער סניגור פֿון די בריסקער ייִדן, נישט זייער הויפּט־קטיגור. ער הערט זיך צו צו זיי, ער אַטאַקירט זיי נישט. מע קען באַמערקן אינעם ליד די פֿאַרייִאושטע שטים פֿון קהלת. אַנטקעגן קהלתעס "אין כּל חדש תּחת השמש" דערמאָנט טעלער אינעם ליד 'אַ נידעריקע זון' וואָס 'וואַרעמט בערד' ('בערד' ווי אַ מעטאָנימיע פֿאַר ייִדן), און אַז יעדע שיינע שקיעה 'פֿאַרב און אַ ניגון' ענדיקט זיך און 'די שטאָט טונקלט קעגן נאַכטיקן הימל'. אַלע זענען מער־ווייניקער פּאַראַפֿראַזן פֿון קהלת. מיט קהלת־פּאַראַפֿראַזן האָט זיך שוין ביאַליק געהאַט באַנוצט אין זײַנע באַרימטע און משפּיעדיקע שורות פֿון "בעיר ההריגה" נאָך דעם קעשענעווער פּאָגראָם: "דער גאָרטן האָט געבליט, די זון האָט געלויכטן - און דער שוחט האָט געשאָכטן..." (אָדער: "השמש זרחה, השיטה פּרחה והשוחט שחט" אין דער העברעיִשער ווערסיע). ביאַליקס ליד ווערט אַפֿילו דערמאָנט אין טעלערס אַרטיקל: יאַנקל דעמבס לשון איז גלײַך ווי דאָס "לשון פֿון ביאַליקס שחיטה־שטאָט". טעלער גיט אין זײַן ליד דעם קרבן דעם רשות צו באַשולדיקן זיך אַליין אין די גוואַלדטאַטן, בשעת יאַנקל סטעלמאַך "וועט שוין קיין מאָל ניט פֿאַרגעבן / דאָס פּחדנות פֿון זײַנע דעמבענע הענט". דאָך ווײַזט אויס אַז טעלער וועט אים יאָ פֿאַרגעבן, און למעשׂה האָט ער אים לכתּחילה קיינמאָל נישט באַשולדיקט. באַשולדיקט ער אויסשליסלעך דעם רוצח אין די פֿאַרברעכנס. ער ענדיקט טאַקע דאָס ליד מיט: די שטאָט טונקלט קעגן נאַכטיקן הימל, דראָט, ווי איוואַנס פֿויסט, פֿינצטערט - ווי זײַן מוח. ד . אַ וויכטיקער מאָטיוו וואָס געפֿינט זיך סײַ אינעם ליד, סײַ אינעם אַרטיקל, איז דער 'געלעגער־מאָטיוו'. אין ביידע טעקסטן געפֿינט מען דערמאָנונגען פֿון געלעגערס ווי איינער פֿון די בולטסטע סימנים פֿון מענטשנס לײַדן נאָכן פּאָגראָם. אינעם אַרטיקל דערמאָנט טעלער געלעגערס אין צוויי פֿאַרשידענע פֿאַלן: אין צענדליקער אָרעמע ייִדישע היימען ליגן איצט קראַנקע אין די בעטן. פֿאַרוווּנדעטע אין דעם פּאָגראָם? ניין. די אויפֿרעגונג, די שרעק, דאָס אַנטרונען ווערן (אַנטלויפֿן) פֿון אונטערן מעסער פֿונעם פּאָגראָם האָט זיי קראַנק געמאַכט. מענטשן, וואָס האָבן קיינמאָל נישט געליטן אויפֿן האַרץ, האָבן באַקומען האַרץ־אַטאַקעס. אַזוי אויך אין שטעט וואָס ער האָט באַזוכט - אויך דאָרט האָט ער געזען, שרײַבט ער, אַ סך מענטשן וואָס האָבן גענומען לײַדן אויפֿן האַרץ זינט נאָך די פּאָגראָמען. יהודה־לייב טעלער, וועלכער האָט שטודירט פּסיכאָלאָגיע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, פֿאַרשטייט זייער גוט די פּסיכישע טראַוומע וואָס די קרבנות האָבן דורכגעלעבט. ער פֿאַרשטייט די געוואַלדיקע פּסיכישע השפּעה, וואָס איז גורם נישט ווייניקער פּײַן ווי ממשותדיקע קלעפּ. אָבער די קראַנקע האָבן כאָטש בעטן וווּ זיך צו לייגן. אַנדערע האָבן אַפֿילו דאָס נישט געהאַט: "...אין צענדליקער ייִדישע הײַזער שלאָפֿט מען אויפֿן דיל. די צעבראָכענע בעטן, די געלעגערס פֿון ייִדישן אָרעמאַן האָבן די כוליגאַנעס אַרויסגעשלעפּט אין גאַס און פֿאַרברענט. די שעניקעס (שטרוי־זעק) האָבן זיי אויך אונטערגעצונדן..." מע פֿאַרשטייט אַז אויף אַלע אופֿנים האָבן די ייִדן געליטן: פֿיזיש, גײַסטיק, פּסיכיש און מאַטעריעל. ווען טעלער באַהאַנדלט עס פּאָעטיש, שרײַבט ער: די שקיעה איז פֿאַרב און אַ ניגון און פֿאַרלאָקט שויבן און דעכער און צעשלאָגענע ייִדן אויף מאַטער־געלעגערס. לייענענדיק דעם אַרטיקל אינאיינעם מיטן ליד, ווערט פֿאַרשטענדלעך, אַז געלעגערס באַטײַטן סײַ די פֿיזיש־צעשלאָגענע און סײַ די גײַסטיק־צעשלאָגענע ייִדישע קרבנות, און אַז אַ מאַטער־געלעגער קען באַטײַטן פּשוט - אויפֿן דיל. ה . דאָס ליד "די בריסקער ייִדן רעדן", דינט ווי אַ מין פֿאַרטיידיקונג פֿאַר דעם פּאָגראָמס קרבנות. אַנטקעגן ביאַליקס נבֿיא־געשטאַלט, שפּילט דאָ דער פּאָעטישער רעדנער די ראָל פֿון אַ פּסיכאָלאָג, וואָס הערט זיך צו צו זײַנע פּאַציענטן; נישט זייער באַפֿאַלער. ער איז אויף זייער צד, און איז גרייט צו זײַן זייער סניגור קעגן די אמתע שולדיקע, די פּאָגראָמשטשיקעס אַליין. צוזאַמען מיטן רעפּאָרטאַזש, באַקומט מען דאָ צוויי סאָרטן אינטערעסאַנטע טעקסטועלע עדותשאַפֿטן וועגן דעם בריסקער פּאָגראָם.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען